User loginSearch |
אין וועלדער פֿאַרשנייטע, די שטילקייט דערוועקט,
ווער האָט מורא פֿאַרן ווינטער?
פֿאַרטראַכט האָט דער ווינטער אַלעמען פֿון דער וועלט אומצוברענגען. דאָס ערשטע האָט ער זיך גענומען צו די פֿייגל. זײַנען די פֿייגל אַוועקגעפֿלויגן אין די וואַרעמע לענדער. זעט דער ווינטער — ער קאָן די פֿייגל ניט דעריאָגן. איז ער באַפֿאַלן די חיות. פֿאַרשאָטן מיט שניי די וועלדער און פֿעלדער, גענומען שיקן אַ פֿראָסט נאָך אַ פֿראָסט. האָבן זיך די חיות ניט איבערגעשראָקן. ווער עס האָט אַ וואַרעמען פֿוטער, ווער עס האָט זיך אין אַ טיפֿער נאָרע באַהאַלטן. דער ווינטער האָט זיך נאָך מער צעבייזערט און זיך אַ נעם געטאָן צו די פֿיש. די פֿרעסטעלעך יאָגן אַרום, קלאַפּן ווי מיט העמערלעך, איבער טײַכן און אָזערעס בויען זיי בריקן. די טײַכן און אָזערעס זײַנען פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, אָבער נאָר פֿון אויבן. און די פֿיש זײַנען אַלע אַוועק אין דער טיף. אונטערן אײַז איז ניט קאַלט. האָט דער ווינטער געוואָלט דערגיין די יאָרן די מענטשן. די פֿרעסט קנאַקן אין די ווענט, אין די טירן. האָבן די מענטשן אײַנגעהייצט די הרובעס. זיצן זיי אין די וואַרעמע הײַזער און לאַכן פֿון דעם ווינטער. קליינע קינדער האָבן אויך ניט מורא פֿאַרן ווינטער. זיי גליטשן זיך אויף שליטעלעך, שפּילן זיך מיט שניי־קוילן, מאַכן בערג, באַגיסן מיט וואַסער. און זיי שרײַען נאָך צום פֿראָסט: — קום אַהער און העלף! אַ שניי־באָבע
אַ שניי־באָבע
אַנו, טרעף!
געווען צוועלף ברידער —
שניי־טײַבעלעך
שניי און שניי און שנייעלעך
ווערט די וועלט אַ ווײַסינקע,
אַ יאָר האָט 12 חדשים
יאַנואַר איז איינס,
|
|


















קהילה־לעבן