יעווגעני קיסין לייענט מוסטערן פֿון ייִדישער פּאָעזיע אין זײַן נײַעם CD
קוק דעם אַנאָנס!
New CD featuring Evgeny Kissin reciting yiddish poetry.
Watch the video!
"קאַפּיטלעך ייִדיש טשערנאָוויץ" — פֿילם וועגן די ייִדן אין טשערנאָוויץ, בוקאָווינע
"Glimpses of Yiddish Czernowitz" — film about the Jews in Czernowitz, Bukovina
פּונקט ווי אין אַלע אַנדערע סאָוועטישע רעפּובליקן האָט די קאָמוניסטישע פּאַרטיי איבערגענומען די מאַכט אין לעטלאַנד און אײַנגעשטעלט איר אָרדענונג. קודם־כּל, האָט זי אָפּגענומען בײַ דעם פֿאַרמעגלעכן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, בתוכם דעם ייִדישן, זייער האָב־און־גוטס; די ייִדישע בירגערלעכע און רעליגיעזע געזעלשאַפֿטן זײַנע געשלאָסן געוואָרן און אַרום 5,000 ייִדן האָט מען פֿאַרשיקט טיף אין רוסלאַנד אויף צוואַנג־אַרבעט אין די לאַגערן. ס'רובֿ פֿון זיי זײַנען דאָרט אומגעקומען.
צו דער צײַט, ווען היטלער־דײַטשלאַנד איז אַרײַן אין לעטלאַנד, אין יוני 1941, האָבן זיך באַוויזן צו עוואַקויִרן בלויז 15 טויזנט ייִדן. דער גרעסטער טייל איז געבליבן אין לאַנד און כּמעט אין גאַנצן פֿאַרניכטעט געוואָרן דורך די דײַטשן און די אָרטיקע לעטלענדישע נאַציאָנאַליסטן. בערך 5,000 ייִדן פֿון לעטלאַנד האָבן געקעמפֿט אין דער רויטער אַרמיי אויף די פֿראָנטן.