User loginSearch |
באַוויינט האָט דער ביבער זײַן בידנע דאָליע[1], געטרוימט זײַן אַ חזן — געוואָרן אַ סטאָליער. פֿון באָריס סאַנדלער כעלעמער חכמים דער ערשטער שניי אין כעלם איז געפֿאַלן דער ערשטער שניי. ער האָט אַזוי צוגעדעקט די האַרבסטיקע בלאָטע, אַז עס איז געוואָרן אַרום ליכטיק און שיין. די כעלעמער חכמים האָבן זיך געפֿרייט, ווי קינדער; אָבער איין זאַך האָט זיי פֿאַרדראָסן: ווען דער שמשׂ פֿונעם קלויז וועט גאַנץ פֿרי גיין איבער דעם שטעטל צונויפֿרופֿן די ייִדן צום דאַווענען, וועט ער מיט זײַנע שוואַרצע שטיוול שמוציק מאַכן דעם ווײַסן, שיינעם שניי. וואָס טוט מען אין אַזאַ פֿאַל אין כעלם? מען האָט דעם שמשׂ אַוועקגעשטעלט אויף אַ טיש, און פֿיר ייִדן האָבן אים געטראָגן איבער דעם שטעטל צו די הײַזער. אָפּגענאַרט גאַנץ אָדעס אַ כעלעמער חכם האָט זיך אומגעקערט אַהיים פֿון אָדעס און זיך געהאַלטן פֿאַרן בויך פֿון געלעכטער. — וואָס לאַכסטו אַזוי, זלמן? וואָס איז מיט דיר אַזוי דער געלעכטער? — אוי, חבֿרה, פֿרעגט ניט! — ענטפֿערט יענער מיט גדלות[2], — איך האָב אָפּגענאַרט גאַנץ אָדעס! — ווי אַזוי האָסטו אָפּגענאַרט אַזאַ גרויסע שטאָט? — איך האָב זיי דאָרט געזאָגט, אַז איך הייס לייבוש, און זיי האָבן מיר אַלע געגלייבט. איין וואָרט — אָדעסער נאַראָנים! קעצעלע צוויי כעלעמער — אַ מאַן און אַ ווײַב — זײַנען געזעסן בײַם טיש און געלייענט: ער אַ צײַטונג, און זי אַ בוך. רופֿט זיך אָן דאָס ווײַב צום מאַן: — הער נאָר, לייבוש, דאָ שרײַבט זיך, אַז קעץ זײַנען פֿאַלש און שטאַרק כיטרע. אַז מע טאָר זיך אויף זיי ניט פֿאַרלאָזן. צי איז דאָס אמת? ענטפֿערט איר דער מאַן: — יאָ, געוויס איז דאָס אמת, מײַן קעצעלע... לייען און דערצייל
פֿון וואָס זײַנען חלומות געמאַכט
פֿון וואָס זײַנען חלומות געמאַכט
|
|


















קהילה־לעבן