User login |
אין דעם לעצטן נומער פֿון "אויפֿן שוועל" שרײַבט שׂמחה סימכאָוויטש וועגן אײַדאַ מאַזע, וועמען מיר טיילן צו אַן עליה די וואָך אין די "פּערל", אַז זי איז געווען "באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע לירישע דיכטערין און שרײַבערין פֿאַר קינדער. אויסער דעם איז אײַדאַ מאַזע געווען באַוווּסט ווי אַ וווילטעטיקע פֿרוי; זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט העלפֿן אײַנאָרדענען די נײַ־געקומענע, באַזונדערס די אַריבערגעקומענע שרײַבער פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. בײַ מיר אין דער דירה פֿלעגן מיר זיך אָפֿט טרעפֿן און פֿאַרברענגען, און זי פֿלעגט אויך אויפֿנעמען די אײַנגעלאַדענע שרײַבער פֿון אַמעריקע אויף אָוונטן און אַרויסטרעטונגען". מיר האָבן אויך געוואָלט לויבן אײַדאַ מאַזע פֿאַר איר ברייטהאַרציקער טעטיקייט, וואָס מיר האָבן אָנגעטראָפֿן בעת אונדזער באַזוך אין מאָנטרעאָל סוף 1948. מענטשן האָבן גערעדט וועגן אירע גוטהאַרציקע באַמיִונגען לטובֿת די פּליטים ווי וועגן אַ צדקת; ווי זי פֿלעגט באַזאָרגן דירות, וווּ אַ קאָפּ צו לייגן, און אויך באַקומען דאָקומענטן, מעבל און שטובזאַכן פֿאַר זיי. זי פֿלעגט זיי מונטערן אין זייער דערשלאָגנקייט און האָט זיי געהאָלפֿן באמת אײַנגלידערן זיך אין דער נײַער פֿרעמדער סבֿיבֿה. אין אַ פּאָעמע וועגן ייִדישע דיכטער אין קאַנאַדע, שרײַבט סימכאָוויטש "צאַרט און מוטערלעך געווען איז אײַדעס וואָרט, איר הויז אַן אָפֿענע, אַ וואַרעם, היימיש אָרט". אײַדאַ מאַזע איז געבוירן געוואָרן אין 1893 אין דאָרף אוגלי, לעבן קאַפּולע, מינסקער געגנט. ביז 13 יאָר האָט זי זיך געלערנט אין אַ חדר אין איינעם מיט אירע ברידער און אויפֿן 14טן יאָר איז זי אַריבערגעקומען מיט איר משפּחה קיין אַמעריקע. זי האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין 1926 מיט קלאָגלידער אויף איר געשטאָרבן קינד. ווי אַ מאַמע פֿאַר אַ ריי ייִדישע שרײַבער, האָט זי געהאָלפֿן אַרויסגעבן די לידער פֿון פֿריידל טשאַרני, מ. שאַפֿיר, רחל קאָרן, שׂ. סימכאָוויטש, פּרץ מיראַנסקי, י. י. סיגאַל, א״אַנד. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זי מיטגעאַרבעט מיט די אָרגאַניזאַציעס צו העלפֿן די געליטענע אויף יענער זײַט ים; געהאָלפֿן באַפֿרײַען מענטשן פֿון די לאַגערן, אַרויסבאַקומען וויזעס פֿאַר אַ ריי שרײַבער, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין דײַטשלאַנד, כינע און אַנדערע לענדער, אַהער זיי אַריבערגעבראַכט און, ווי געזאָגט, זיי געהאָלפֿן זיך אײַנצואָרדענען. אײַדאַ מאַזע האָט אַ רירנדיק ליד געווידמעט דער דיכטערין פֿריידל טשאַרנין, וועמענס ליד זי ציטירט: פֿריידל טשאַרנין
(אָ טעמפּער, אַלץ פֿאַרטויבנדיקער וויי,
* * *
עס וועט מיט דיר ניט אונטערגיין די וועלט,
איך האָב דיר קיין מאָל מיט מײַנע אויגן ניט געזען,
ס׳איז דײַן לעבן אַ נויטיקער געווען,
און געשטאָרבן ביסטו, דער גרויסער נס איז דיר געשען,
זי האָט, אין אַ מלחמה־ליד, באַדויערט דאָס פֿאַלן פֿון דעם יונגן סאָלדאַט אויפֿן פֿרעמדן פֿעלד: ווי אַ בוים
אָט האָט מען אים אויסגעריסן ווי אַ בוים פֿון פֿעלד,
דער ים האָט צו אַ ברעג געבראַכט אים צו אַ גרינעם פֿעלד,
בליץ און דונער פֿאַר זײַן אויג, קאַנאָנען־קראַך און שווערד,
אײַדאַ מאַזע האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ קינדער־דיכטערין. נ. שטיינבערג האָט געהאַלטן: "אין אַ טייל [לידער] שפּילט זי זיך מיטן קינד אין אַ פֿאַרגעסנהייט, ווי זי אַליין וואָלט אויך אַ קינד געווען; אין אַנדערע לידער פֿאַרשפּילט זי דאָס קינד ווי אַ ליבע מאַמע און האָט הנאה פֿונעם שפּיל". אין אַ חנעוודיק ליד דערציילט זי ווי די שטומע ליאַלקע קען נאָר רעדן ייִדיש: דאָס ליאַלקעלע רעדט ייִדיש
געקומען צו גאַסט —
ס׳טראָגט קליידעלעך מיט שירצעלעך,
קוקט איר חנה־לאהלע
נאָר וואָס זי זאָל ניט זאָגן
ווערט חנה־לאהלע שוין בייז,
און אויסער דעם וואָרט מאַמע,
אין אַ צווייט ליד שאַפֿט זי גראַמען צו איר מיידעלע "סוזי": מײַן קליינינקע מיידעלע סוזי
מײַן קליינינקע מיידעלע סוזי,
וווּ איז זי באַהאַלטן?
מײַן קליינינקע מיידעלע סוזי,
אָט קוקט זי אַרויס —
דרייט קלוג מיטן קעפּעלע,
אײַדאַ מאַזעס קינדער־לידער זײַנען אָנגעפֿילט מיט שיינע, שפּילעוודיקע גראַמען און אויסטראַכטענישן, וואָס האָבן איר ליב געמאַכט בײַ יונג און אַלט. אין זיי האָט זי אויסגעדריקט איר אינטערעס און גרויסע מאַמישע ליבשאַפֿט. |
|





















קהילה־לעבן