פֿון באָריס סאַנדלער

אונדזער "פֿאָרווערטס" פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם "פֿאָרווערטס" סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ.

פֿון אלעזר קאַץ (ניו־דזשוירזי)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס" איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס".

פֿון יצחק לודען (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָרגעלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ײִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק.

דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנגעפֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש.

פֿון אַבאַ גפֿן (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי.

פֿון דניאל סויער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי באַוווּסט, איז דער "פֿאָרווערטס" געווען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק צווישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געוואָרן אײנע פֿון די הויפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, און געשטיצט זי אין אַלע וואַלן — נישט נאָר מיט ווערטער, נאָר אויך מיט געלט. דער "פֿאָרווערטס" איז דעמאָלט געווען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, וואָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס האָט געהערשט אַ גרויסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן.

פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנעמען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון".

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (בען־אַרבאָר, מישיגען)
פֿון לעוו בערינסקי (ישׂראל)
פֿון נעמי דזשאָנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (ישׂראל)
פֿון מרדכי דוניץ (ישׂראל)