אַפֿילו אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען דער טיראַזש פֿונעם ייִדישן "פֿאָרווערטס" האָט געבליט, האָט די רעדאַקציע פֿון אַב. קאַהאַן אויך אין זינען געהאַט די לייענערשאַפֿט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט פֿון דער וואַקסנדיקער אַסימילירטער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דעריבער האָט מען שוין דעמאָלט צוגעגעבן זײַטן אויף ענגליש אין מיטן פֿון די ייִדישע בלעטער. אַזוינע באַמיִונגען צוצוציִען ענגליש־לייענעדיקע, האָבן כּסדר זיך באַוויזן אינעם "פֿאָרווערטס" במשך פֿון זײַן געשיכטע.
די נעמען פֿון די סטאַנציעס אינעם פּאַריזער מעטראָ האָבן ווײניק צו טאָן מיט ייִדן אָדער ייִדישקײט. ס׳איז אָבער כּדאַי אפֿשר צו דערמאָנען די סטאַנציעס, אָנגערופֿן נאָך דעם שרײַבער עמיל זאָלאַ און דעם פּאָליטיקער זשאַן זשאָרעס, וואָס זיי ביידע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם "דרײפֿוס־פּראָצעס" און דערפֿאַר האָבן זיי געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אינעם דעמאָלטיקן פֿראַנקרײַך.
צי האָט זיך אײַך פֿאַרבענקט נאָך אַ היימישער אַשכּנזישער הבֿרה (האַוואָרע — אַרויסרעד, אויסשפּראַך) בײַם תּורה־לייענען צי בײַם מאַכן אַ ברכה? אויב יאָ, פֿאַרבעט איך אײַך צו אונדז אין שיל, וועט איר קענען הנאה האָבן פֿון אַ באמת זעלטן־שיינעם אַשכּנזישן תּורה־לייענען. געסט פֿרעגן אַ מאָל בײַ אונדזער בעל־קורא, פֿאַר וואָס לייענט ער גראָד אויף אַשכּנזיש. אייניקע האָבן אַפֿילו געמיינט, אַז אַזאַ אַרויסרעד איז שוין געבליבן בלויז בײַ חרדים. און אָט טרעפֿט מען אים גאָר אין אַ שיינער און מאָדערנער אָרטאָדאָקסישער שיל וווּ מען שרעקט זיך גראָד ניט צו בײַטן דאָ און דאָרט דעם נוסח־התּפֿילה.
זינט איך בין געוואָרן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש און האָב "אַנטדעקט" פֿאַר זיך די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים פֿון ברוקלין, איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק צו וווינען דאָרטן צווישן זיי. פּראָפֿ׳ דוד קאַץ האָט פֿאָרגעלייגט אין זײַן בוך "פֿלאַמעדיקע ווערטער" (Words on Fire) צו פֿאַרברענגען אַ צײַט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי צו פֿאַרשטיין דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.



קהילה־לעבן 






