מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס" איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס".
דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי.
ווי באַוווּסט, איז דער "פֿאָרווערטס" געווען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק צווישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געוואָרן אײנע פֿון די הויפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, און געשטיצט זי אין אַלע וואַלן — נישט נאָר מיט ווערטער, נאָר אויך מיט געלט. דער "פֿאָרווערטס" איז דעמאָלט געווען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, וואָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס האָט געהערשט אַ גרויסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן.
במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָב איך פֿאַרבראַכט אָן אַ שיעור שעהען אין ביבליאָטעק. אַ גרויסער טייל פֿון מײַן פֿאָרש־אַרבעט האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די פֿרויען־שרײַבער, און איך האָב שטודירט די ביכער פֿון ציליע דראָבקין, אסתּר קרייטמאַן, אסתּר שומיאַטשער־הירשביין און אַננאַ מאַרגאָלין, ווי אויך די רעצענזיעס אויף זייערע ווערק.
נישט איין מאָל האָב איך געפֿונען רעצענזיעס אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָס רײַסן אונטער די שרײַבערינס, און שטעלן אַרויס אויף חוזק די פֿרויען בכלל.
איך ווייס ניט, צי אײַך זאָגט עפּעס דאָס וואָרט "האָלאָדאָמאָר", (מאָרען מיט הונגער) וויל איך עס, פֿון דעסטוועגן, דערקלערן: מיט דעם טערמין באַשרײַבט מען דעם קינסטלעכן, געשאַפֿן אין אַ גרויסער מאָס דורך דער רעגירונג, הונגער אין 1932–1933, וואָס האָט אָפּגעקאָסט זייער טײַער די פּויערים אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט אין אוקראַיִנע. די דערפֿער האָט מען איבערגעלאָזט כּמעט אָן ברויט און, בכלל, אָן גאָרנישט. מיליאָנען — קיינער ווייסט ניט פּינקלעך וויפֿל — מענטשן זײַנען אויסגעשטאָרבן.



קהילה־לעבן 






