פֿון לעוו בערינסקי (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס סאַנדלער. פֿרײלעכע צווײ־שורותלעך וועגן חיות און פֿײגל; אַרויסגעבער: קינד־און־קײט"און דער "ייִדישער קולטור־קאָנגרעס". ניו־יאָרק. 2007.">

חוית און פֿייגל, ווי פּערסאָנאַזשן, זײַנען אין בוך פֿאַראַן בײַ די פֿיר צענדליקער, און יעדן אײנעם פֿון זײ איז געווידמעט, חוץ די צווײ פּאָעטישע שורות אויף אַן אילוסטרירטן הינטערגרונט, נאָך איין פֿאַרביקער "פּאָרטרעט" אָדער "סוזשעט" אויף דער צעעפֿנטער זײַט, וואָס העלפֿט דעם קינד (און פֿאַר אַ נויט — זײַנע עלטערן) בעסער צו פֿאַרשטײן, וועגן וואָס סע רעדט זיך אין דער אָנגעשריבענער סטראָפֿע. דער טעקסט פֿון דער סטראָפֿע איז אויך פֿאַרשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות.

פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"פּאָעטן און בעטלער, מוזיקאַנטן און נבֿיאים, זעלנער און שווינדלער, מיר, קינדער פֿון דער האַרבער רעאַליטעט, נײטיקן זיך כּמעט נישט אין עפּעס אַ דמיון, ווײַל אונדזער גרעסטע שוועריקײט איז — מיר האָבן קײן מיטלען ניט אויף צו מאַכן אונדזער לעבן אַ ביסל מער גלײבווירדיקער".
ג.ג. מאַרקעז. פֿון זײַן נאָבעל־פּרײַז־וואָרט

פֿון מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ (עלובלין, פּוילן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ איז פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור און די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאַריאַ־קיורי־סקלאָדאָווסקאַ־אוניווערסיטעט אין לובלין (פּוילן); אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם אַקאַדעמישן יאָרבוך "פּאָלין" ווי אויך אַן איבערזעצערין פֿון ענגליש און ייִדיש. זי איז די מחברטע פֿון די ביכער:

פֿון באָריס סאַנדלער

(‫המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

9

שׂרוניע איז דעם גאַנצן אינדערפֿרי אַרומגעגאַנגען אַ צעטומלטע. עס איז איר נאָכגעגאַנגען די נישט־דערשלאָפֿענע נאַכט, און זי האָט יעדעס מאָל געוואָרפֿן אָנגעשפּיצטע בליקן אויף דער טיר "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". זי האָט אַפֿילו צו איר צוגעלייגט אַן אויער און אײַנהאַלטנדיק דעם אָטעם, געשטאַנען אַזוי אַ ווײַלע און שוין שטיל, אויף די שפּיץ־פֿינגער, ווי זי וואָלט מורא געהאַט עמעצן אויפֿצוּוועקן אָדער אָנשרעקן, זיך געלאָזט אין קיך אַרײַן זיך צוצוגרייטן עפּעס עסן.

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ליטעראַרישע ירושה פֿון דער העברעיִש־ייִדישער שרײַבערין דבֿורה באַראָן (1887—1956) האָט זיך בהדרגה אַרײַנגערוקט אינעם צענטער פֿון דעם העברעיִשן ליטעראַרישן קאַנאָן. באַראָנס ווערק ווערן אויסגעטײַטשט אונטער פֿאַרשידענע קוקווינקלען, אָבער אַלע מפֿרשים זײַנען אײַנשטימיק אין אײן פּונקט׃ ווי אַ ליטעראַרישע און קולטורעלע דערשײַנונג, איז באַראָן אַ יוצא מן הכּלל אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.

פֿון ג. יעקבי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צופֿעליק געדענק איך פּינקטלעך דעם טאָג, ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיט ייִדן-קריסטן. ס׳איז געווען דעם 1טן מײַ 1980, אין לענינגראַד, ווען מײַן ווײַב און איך זײַנען געווען צוגאַסט בײַ איר קרובֿ, וואָס האָט געפֿײַערט זײַן געבוירן־טאָג. צווישן די געסט זײַנען געווען אויך דרײַ יונגע־לײַט, צוויי יאַטן און איין ווײַבל, וועלכע זײַנען, גלײַך ווי מיר, געקומען פֿון מאָסקווע.

פֿון באָריס סאַנדלער
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר, מישיגען)
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר, מישיגען)
פֿון לעוו בערינסקי (ישׂראל)
פֿון באָריס סאַנדלער
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר, מישיגען)
פֿון באָריס סאַנדלער
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר, מישיגען)
פֿון באָריס סאַנדלער
פֿון מרדכי דוניץ
פֿון באָריס סאַנדלער
פֿון באָריס סאַנדלער
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
פֿון אַברהם רייזען
פֿון מישע לעוו (ישׂראל)
פֿון טאָמאַס סאָקסבערגער (עסטרײַך)
פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
פֿון מישאַ כאַזין (באָסטאָן)
פֿון באָריס סאַנדלער (‫ניו־יאָרק)
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
פֿון ‫גענאַדי עסטרײַך
פֿון רבֿקה רובין
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
פֿון מרדכי צאַנין
פֿון חנה מלאָטעק
פֿון מרדכי צאַנין