במשך פֿון די לעצטע חדשים האָבן זיך געשלאָסן אין ניו־יאָרק עטלעכע מוזיק־קלובן צוליב דעם שטײַגנדיקן דירה־געלט אין מאַנהעטן. יענע וואָך האָט זיך פֿאַרמאַכט "טאָניק", אַ מוזיק־קלוב וואָס איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער ווײַנקעלער אויף דער איסטסײַד; אַן אַנדער קלוב, "ניטינג פֿאַקטאָרי" [ניי־פֿאַבריק], וואָס איז אַמאָל געווען אַ וויכטיק אָרט צו הערן אַוואַנגאַרדישע מוזיק, האָט געלאָזט וויסן, אַז זיי וועלן זיך אויך שליסן. נאָר פֿון די אַלע קלובן האָט דאָס שליסן זיך פֿון "סי. בי. דזשי. ביס" [CBGBs] אויף דער באַוערי אין מאַנהעטן געמאַכט דעם גרעסטן רושם אויף דער גאַנצער וועלט, ווײַל די אָנהייבן פֿון "פּאָנק"־מוזיק נעמען זיך פֿון יענעם קלוב אין די 1970ער יאָרן.
זונטיק, דעם 25 מאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַריזער טעאַטער "פּאַסאַזש ווער לעז עטואַל" אַ קאָנצערט פֿון לויקע טשאַצקיס "טאַנגעלע: פֿון וואַרשע צו דער גאַנצער וועלט". דער קאָנצערט איז געווען אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. באַגלײט פֿון כואַן לוקאַס אײַזענבערג, וואָס האָט געשפּילט אויף דער וויאָלע, און איוואָ דע גרעף, וואָס האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, האָט די יונגע זינגערין געזונגען ייִדישע טאַנגאָס, וואָס מע האָט אַ מאָל געהערט אין ניו־יאָרק און אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ("איך האָב דיך צופֿיל ליב", "אויגן") און אויך שפּעטערע לידער וועגן חורבן (אַזעלכע ווי "פֿרילינג", "דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ", "דער טאַנגאָ פֿון אָשווענטשים").
דער באַנײַטער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק, אָנהייבנדיק פֿון די 1980ער יאָרן האָט, בדרך־כּלל, צוגעצויגן צו די קלאַנגען פֿון די אַמאָליקע אוקראַיִניש־רומענישע קלעזמאָרים. מוזיקער פֿון דער דאָזיקער טעריטאָריע האָבן דאָמינירט אויף די קלעזמער־רעקאָרדירונגען אין אַמעריקע, פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1940ער יאָרן. די גרויסע קלאַרנעטיסטן, ווי דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן האָבן געשטאַמט פֿון יענע מקומות, אָדער בשכנות (בראַנדווײַן פֿון מיזרח־גאַליציע). די פֿידלער לעאָן שוואַרץ, אייב שוואַרץ און ה.
אַן אימפּאָזאַנטער, מ'וואָלט געקאָנט אַפֿילו צוגעבן, אַן אומפֿאַרגעסלעכער קולטורעל־מוזיקאַלישער אָוונט איז אַנומלט פֿאָרגעקומען אין "עינבֿ"־זאַל, אין סאַמע צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. צום ערשטן מאָל האָט דער צושויער אינעם פֿולגעפּאַקטן זאַל געהאַט די געלעגנהײט אויסצוהערן די קאָנטאַטע "אין מלכות פֿון צלם", געשאַפֿן דורכן קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי, אינספּירירט פֿון דער פּאָעמע מיטן זעלבן נאָמען, "אין מלכות פֿון צלם", פֿון דיכטער אורי־צבֿי גרינבערג (אצ"ג).
לײבו לעווין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1914 אין קימפּולונג, דרום־בוקאָווינע, בײַ אַ משפּחה פֿון באָיאַנער חסידים. ווען ער איז אַלט געווען 5 יאָר האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קײן טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקאָווינע.
אין יענע יאָרן איז טשערנאָוויץ נישט געווען קײן גרויסער ייִדיש־צענטער, הגם עס האָבן דאָרט געלעבט בײַ 50.000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. בוקאָווינע האָט דעמאָלט געהערט צו דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע און אַזוי ווי די ייִדן האָבן פֿאַרערט דעם קיסר פֿראַנץ־יוזעף, וועלכן זײ האָבן אויף אַ הײמישן אופֿן אָנגערופֿן פֿרוים־יאָסל, האָט די דײַטשישע שפּראַך און קולטור געהאַט אַ באַזונדערע צוציִונגס־קראַפֿט פֿאַר די בוקאָווינער ייִדן.



קהילה־לעבן 






