אונדזער "פֿאָרווערטס" פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם "פֿאָרווערטס" סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ.
מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס" איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס".
במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָב איך פֿאַרבראַכט אָן אַ שיעור שעהען אין ביבליאָטעק. אַ גרויסער טייל פֿון מײַן פֿאָרש־אַרבעט האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די פֿרויען־שרײַבער, און איך האָב שטודירט די ביכער פֿון ציליע דראָבקין, אסתּר קרייטמאַן, אסתּר שומיאַטשער־הירשביין און אַננאַ מאַרגאָלין, ווי אויך די רעצענזיעס אויף זייערע ווערק.
נישט איין מאָל האָב איך געפֿונען רעצענזיעס אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָס רײַסן אונטער די שרײַבערינס, און שטעלן אַרויס אויף חוזק די פֿרויען בכלל.
אין דער לעצטער צײַט האָט זיך באַזונדערס פֿאַרשאַרפֿט דער קריזיס צווישן די איצטיקע בײַ־באַלטישע לענדער, די געוועזענע לענדער פֿונעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער, און רוסלאַנד. דאָס מאָל, צוליב די פֿאָדערונגען פֿון די נאַציאָנאַל־געשטימטע באַוועגונגען אין די לענדער אַראָפּצוטראָגן די דענקמעלער, אויפֿגעשטעלט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, לטובֿת דעם סאָוועטישן סאָלדאַט — דעם באַפֿרײַער פֿון דער ברוינער מגפֿה (גענויער וועגן דעם לייענט אויף דער ז׳ 3).
דער לאַנגער קאָנפֿליקט צווישן די צווײ צווײַגן פֿון מאַכט אין אוקראַיִנע האָט דעם צווײטן אַפּריל אָנגענומען אַ קריטישע פֿאָרעם. דער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ האָט באַשלאָסן צו צעלאָזן די אויבער־ראַדע (פּאַרלאַמענט) און באַשטימט נײַע וואַלן אויף דעם 27סטן מײַ. זײַנע קעגנער, מיט דעם פּרעמיער־מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש בראָש, טענהן, אַז דער דאָזיקער דעקרעט שטימט ניט מיט דער קאָנסטיטוציע, און זיי האָבן זיך באַקלאָגט אויף דעם פּרעזידענט אינעם אויבער־געריכט. די וואָרצלען פֿון דער שפּאַנונג צווישן דעם פּרעזידענט און דער "ראַדע" קומען אַרויס פֿון דער "אָראַנזש־רעוואָלוציע" פֿון 2004.



קהילה־לעבן 






