דער לאַנגער קאָנפֿליקט צווישן די צווײ צווײַגן פֿון מאַכט אין אוקראַיִנע האָט דעם צווײטן אַפּריל אָנגענומען אַ קריטישע פֿאָרעם. דער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ האָט באַשלאָסן צו צעלאָזן די אויבער־ראַדע (פּאַרלאַמענט) און באַשטימט נײַע וואַלן אויף דעם 27סטן מײַ. זײַנע קעגנער, מיט דעם פּרעמיער־מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש בראָש, טענהן, אַז דער דאָזיקער דעקרעט שטימט ניט מיט דער קאָנסטיטוציע, און זיי האָבן זיך באַקלאָגט אויף דעם פּרעזידענט אינעם אויבער־געריכט. די וואָרצלען פֿון דער שפּאַנונג צווישן דעם פּרעזידענט און דער "ראַדע" קומען אַרויס פֿון דער "אָראַנזש־רעוואָלוציע" פֿון 2004.
דער רעזולטאַט פֿון דעם באַזוך, וועלכן די סטײט-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס האָט אָפּגעשטאַט אין ירושלים, איז געווען ענלעך צום רעזולטאַט פֿון דעם שטאַרק רעקלאַמירטן פֿאַרמעסט צווישן די פֿוטבאָל-רעפּרעזענטאַנצן פֿון ישׂראל און ענגלאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער וואָך אויף דעם פֿוטבאָל-סטאַדיאָן אין רמת־גן. דער רעזולטאַט פֿון 0:0 איז געווען אַ דערוואַרטער, כּמעט אַפֿילו אַ פֿאַרלאַנגטער, און דאָך — אַנטוישנדיק. אַזוי אויפֿן פֿוטבאָל-סטאַדיאָן און אַזוי אויך אין דער פּאָליטיק אויפן מיטעלן אָריענט.
דער גרויסער חלום פֿון ישׂראל איז צו דערגיין צו אַ שלום מיט אַלע אירע אַראַבישע שכנים, נאָכדעם ווי זי האָט עס שוין דערגרייכט מיט צוויי לענדער — עגיפּטן און יאָרדאַניע. טאַקע אַ ביסל אַ קאַלטער שלום, אָבער פֿאָרט אַ שלום. הלוואי מיט אַלע אַנדערע דאָס זעלבע. נאָכן אָפּמאַך אין מעקאַ, סאַודיע, צווישן "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", ווערט אַ סך געשריבן וועגן אַן עווענטועלן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.
ווי ווײַט קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו אַנדערע קולטורן? קאָן מען שאַפֿן אַן "אײראָפּעיִשן" אָדער אַן "אַמעריקאַנער" נוסח פֿונעם איסלאַמישן גלויבן, ווי עס האָט זיך אַ מאָל אויסגעפֿורעמט דער אַפֿריקאַנער, אָדער דער מיזרח־אַזיאַטישער נוסח? ווי בײגעוודיק און טאָלעראַנט איז די איסלאַמישע טעאָלאָגיע? די דאָזיקע און אַנדערע ענלעכע פֿראַגעס ווערן מיט ברען אַרומגערעדט אויף די זײַטן פֿון דער אײראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע. די עקסטרעמע פּונקטן פֿונעם אינטעלעקטועלן וויכּוח זײַנען לעצטנס באַטראַכט געוואָרן פֿון צווײ קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס.
בלויז געציילטע שעהן האָט עס גענומען בײַם פּרעמיער און בײַ דער רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל צו באַשליסן אַרויסצוגיין אין דער מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ" און אָנצוגרײַפֿן לבֿנון. עס האָט אָבער גענומען 34 טעג פֿון בלוטיקע שלאַכטן, מיט 166 ישׂראלדיקע הרוגים און הונדערטער פֿאַרוווּנדיקטע, ווי אויך אַ סך אַ גרעסערע צאָל הרוגים בײַם פֿײַנט,
דאָס קעפּל פֿון דעם איצטיקן אַרטיקל איז נישט אָריגינעל מײַנער און איך גלייב נישט, אַז איך וואָלט עס גענוצט פֿריִער, ווײַל מיט אַרום דרײַסיק יאָר צוריק האָב איך געהאַט אַ זייער גוטע מיינונג וועגן דזשימי קאַרטער.
איך בין געווען אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע אין די טעג פֿון די קעמפּ דייוויד אָפּמאַכן און דעם ישׂראל־עגיפּטישן שלום, אין וועלכן פּרעזידענט קאַרטער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע און פּאָזיטיווע ראָלע.



קהילה־לעבן 






