ויקהל
אין אָנהייב פֿון אונדזער פּרשה, דערציילט די תּורה, אַז משה רבינו האָט צונויפֿגעזאַמלט אַלע ייִדן און זיי אָנגעהויבן אָנזאָגן וועגן אָפּהיטן דעם שבת. צווישן די אַנדערע רייד זאָגט דאָ דער פּסוק: "ששת ימים תּיעשׂה מלאָכה, ובֿיום השבֿיעי יהי׳ לכם קודש וגו׳" — זעקס טעג זאָל געטאָן ווערן מלאָכה, און אינעם זיבעטן טאָג זאָל בײַ אײַך זײַן ׳קודש׳, הייליק...
אין אונדזער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם ׳חטא העגל׳ — די זינד פֿון מאַכן און בוקן זיך צו אַ גאָלדענער קאַלב — וואָס אין דעם זײַנען די ייִדן געשטרויכלט געוואָרן נאָך דעם ווי זיי האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן הר סיני. און אין דער זעלבער פּרשה דערשײַנט אויך דער דרך ווי צו מתקן זײַן דעם חטא — דער אָנזאָג, אַז ייִדן זאָלן געבן אַ ׳מחצית השקל׳ פֿאַר השי״ת.
אין אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דער תּורה וועגן די אַכט ספּעציעלע בגדים, וואָס דער כּהן־גדול האָט געדאַרפֿט טראָגן; און דערבײַ קומען צוויי וואָרענונגען: א) אַז ער טאָר נישט טאָן די עבֿודה אין בית־המקדש אָן די אַכט בגדים; ב) אַז ער טאָר נישט אַרײַנגיין אין "קודש" (אין משכּן אָדער אין בית־המקדש) אָן די דרײַ בגדים — "חושן", "אפֿוד", "מעיל". אין דעם "חושן" זײַנען געווען אײַנגערעמט צוועלף איידלשטיינער, אויף וועלכע עס זײַנען געווען אויסגעקריצט די נעמען פֿון די צוועלף שבֿטים: ראובֿן, שמעון, לוי, יהודה אאַ״וו, און דער "חושן" איז געהאָנגען אַנטקעגן האַרץ פֿונעם כּהן־גדול.
די חז״ל לערנען אַרויס פֿון די פּסוקים אין דער פּרשה, אַז אייגנטלעך ריידן די פּסוקים וועגן דרײַ תּרומות, וואָס ייִדן האָבן געגעבן בײַם בויען דעם משכּן, ווי רש״י זאָגט (כה, ב): "אמרו רבותינו, ג׳ תּרומות אמורות כּאַן, אַחת תּרומת בקע לגולגולת שנעשׂו מהם האַדנים כו׳, ואַחת תּרומת המזבח בקע לגולגולת לקופּות לקנות מהן קרבנות ציבור, ואַחת תּרומת המשכּן נדבֿת כל א׳ וא׳ כּפֿי שהתנדבֿו" — רבותינו האָבן געזאָגט, אַז דרײַ תּרומות זײַנען דאָ געזאָגט געוואָרן: איינס איז די תּרומה פֿון אַ האַלבן שקל פֿאַר יעדן ייִד, וואָס די תּרומה (׳תּרומת האַדנים׳) איז פֿאַרנוצט געוואָרן פֿאַר די זילבערנע "אַדנים",
איינע פון די מצוות, וועלכע ווערן אָנגעזאָגט אין אונדזער פּרשה, ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער: "כּי תראה חמור שׂונאך רובֿץ תּחת משׂאו, וחדלתּ מעזובֿ לו? עזובֿ תּעזובֿ עמו" — אַז דו וועסט זען ווי אַן אײזל פֿון דײַן שׂונא ליגט (אַ געפֿאַלענער) אונטער זײַן משׂא — וועסטו זיך פֿאַרמײַדן פֿון צו העלפֿן אים? (ניין! טאָרסט אַזוי נישט טאָן, נאָר) העלפֿן זאָלסטו (אים אויסלאָדן פֿונעם אײזל אָדער אָנלאָדן) מיט אים.
ס׳איז קלאָר פֿאַרשטענדלעך וואָס די תּורה זאָגט דאָ אָן: אַז אַפֿילו ווען ראובֿן (למשל) זעט אין וועג ווי דער אײזל פֿון שמעונען, וואָס האָט אַ שׂנאה צו ראובֿנען, איז געפֿאַלן אונטער זײַן שווערער משׂא און שמעון נייטיקט זיך אין הילף בײַם אויסלאָדן די משׂא,
בײַ מתּן־תּורה, ווען דער אויבערשטער האָט געגעבן די תּורה צו די ייִדן, איז געגעבן געוואָרן די גאַנצע תּורה — דער טייל פֿון ׳נגלה׳ — דער אָפֿענער, אַנטפּלעקטער טייל (חומש, תּלמוד, פּוסקים אאַ״וו), און אויך דער טייל פֿון ׳נסתּר׳ — דער געהיימער, באַהאַלטענער טייל (קבלה, חסידות, די סודות פֿון דער תּורה).
עס זײַנען פֿאַראַן ייִדן וועלכע זײַנען קעגנעריש צום לערנען תּורת החסידות. זיי אַרגומענטירן: אויב דאָס לערנען חסידות וואָלט געווען אַזוי נייטיק אין ייִדישן לעבן, וואָלט דער טייל פֿון דער תּורה נישט געווען פֿאַרהוילן אין די פֿריִערדיקע ערשטיקע דורות, און וואָלט דעמאָלט אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און נישט ערשט אין אונדזערע לעצטע דורות.



קהילה־לעבן 






