פֿון יצחק לודען (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָרגעלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ײִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק.

דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנגעפֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש.

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (בען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דעם ארץ־ישׂראלדיקן ייִשובֿ און דערנאָך אין מדינת־ישׂראל איז לעצטנס געוואָרן אַ פּאָפּולערע פֿאָרשונג־טעמע. דאָס האָט צו טאָן אי מיט דעם וווּקס פֿונעם אינטערעס צו ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה בכלל, אי מיט דער רעוויזיע פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע און איר ראָלע בײַם פֿאָרמירן די מאָדערנע יישׂראלדיקע קולטור. דאָס בוך פֿון יעל חבֿר שטײט אין מיטן, צווישן אָט די צווײ טענדענצן. די פֿאָרשערין ווײַזט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אינעם קולטורעלן לעבן פֿונעם ייִשובֿ, הגם דער דאָזיקער פֿאַקט איז געווען פֿאַרשוויגן דורך דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער היסטאָריאָגראַפֿיע.

פֿון חנה מלאָטעק

בעריש ווײַנשטיין, ווי אַנדערע ייִדישע פּאָעטן וואָס האָבן עמיגרירט קיין אַמעריקע, האָט די ערשטע יאָרן פֿון זײַן אַרײַנוואַנדערונג געליטן שטאַרקע נויט, נישט געהאַט אַן אָרט אויף צו שלאָפֿן און געבענקט נאָך זײַן היים און משפּחה. ער האָט געשריבן אַ בריוו צו זײַן מוטער אין די יום־טובֿדיקע פּסח־טעג וועגן זײַן עלנטקייט:

‫צונױפֿגעשטעלט פֿון‬ חנה מלאָטעק

צו זײַן 50סטן יאָרצײַט

אין די ייִדישע שולן פֿלעגט מען זינגען אַ צאָל פֿון זישע ווײַנפּערס קינדער־לידער, ווי


איינס און צוויי,
איינס און צוויי,
איינס און צוויי איז דרײַ,
זון באַהעלט
אונדזער וועלט,
לעבן איז כּדאַי.

(מוזיק פֿון נ. זאָסלאָווסקי)

‫צונױפֿגעשטעלט פֿון‬ חנה מלאָטעק (פּאַריז, פֿראַנקרײַך)

צו זײַן 30סטן יאָרצײַט

אליעזר גרינבערג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט לידער און עסייען אין פֿיל ביכער און זשורנאַלן, אָבער דאַכט זיך, אַז ער ווערט בפֿרט דערמאָנט פֿאַר די וויכטיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס ער האָט רעדאַקטירט צוזאַמען מיטן אַמעריקאַנער ליטעראַטור־קריטיקער אוירווינג האַו. דער לעצטער נומער "פּינטעלע ייִדיש" איז געווען געווידמעט צו די צוויי מחברים און זייער בײַטראָג צו דער ייִדישער ליטעראַטור אין איבערזעצונג.

‫צונױפֿגעשטעלט פֿון‬ איציק גאָטעסמאַן

דעם 4טן מערץ, פּורים, איז אין אַ יום-טובֿדיקער שטימונג פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿונעם נײַעם צוויי־שפּראַכיקן ייִדיש-עבֿרית דערציִונג־צענטער — "קינדערוועלט" — אינעם "לייוויק־הויז", תּל־אָבֿיבֿ. אַרום צוואַנציק קינדער צוזאַמען מיט זייערע עלטערן און עטלעכע זיידע-באָבעס זענען זיך צונויפֿגעקומען אין אַ נײַ-רעמאָנטירט אָרט, וווּ קליינע קינדער און יוגנטלעכע קאָנען זיך שפּילן, פֿאַרווײַלן און באַקומען אַ דערציִונג אין גײַסט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

חנה מלאָטעק
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫גענאַדי עסטרײַך און מיכאל קרוטיקאָװ ‬
חנה מלאָטעק
חנה מלאָטעק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
פֿון איציק גאָטעסמאַן
פֿון מרים קאָראַל (לאָס־אַנדזשעלעס)
חנה מלאָטעק (‫ניו־יאָרק)
פֿון טאָמאַס סאָקסבערגער (עסטרײַך)
פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫ניו־יאָרק)
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫ניו־יאָרק)
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
פֿון שׂרה זילבערמאַן (אויסטראַליע)
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
חנה מלאָטעק (‫ניו־יאָרק)
איציק גאָטעסמאַן (‫ניו־יאָרק)
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
פֿון לעװ בערינסקי (ישׂראל)
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
פֿון דאָבע רעסלער (‫באָסטאָן)
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
פֿון מרדכי דוניץ (ישׂראל)
גענאַדי עסטרײַך און מיכאל קרוטיקאָוו
חנה מלאָטעק (‫ניו־יאָרק)
פֿון באָריס סאַנדלער (‫ניו־יאָרק)
פֿון מרדכי דוניץ (ישׂראל)
פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫ניו־יאָרק)
חנה מלאָטעק (‫ניו־יאָרק)
פֿון נאַטאַלי וועקסלער און אַרנאָלד קוזמאַק (וואַשינגטאָן)
פֿון מרים שמולעװיטש־האָפֿמאַן (‫ניו־יאָרק)
פֿון שלום בערגער (‫ניו־יאָרק)
חנה מלאָטעק (‫ניו־יאָרק)
פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫ניו־יאָרק)
חנה מלאָטעק
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש
איציק גאָטעסמאַן (‫ניו־יאָרק)
חנה מלאָטעק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
פֿון חנה מלאָטעק
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)