פֿון מרדכי דוניץ (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט די ייִדיש־קורסן פֿאַר דערװאַקסענע האָט זיך אָנגעהױבן דעם 22סטן אָקטאָבער אין בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ דער נײַער אַקאַדעמישער לערניאָר תשס״ז. די קורסן װעלן אָנגײן ביז סוף יוני 2007.

די סעריע לעקציעס אויף דער טעמע "הראשונים כבני־אָדם, דמױת מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים: מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום — האָט זיך אָנגעהױבן דאָנערשטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער און װעט דױערן ביזן 17טן מײַ 2007, בסך־הכּל קרובֿ צו 25 לעקציעס יעדן דאָנערשטיק.

פֿון מרים שמולעװיטש־האָפֿמאַן (‫ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פּונקט װי יעדעס יאָר בין איך באַגליקט מיט די בעסטע סטודענטן װאָס אַ לערערין קען זיך װינטשן. זײ זײַנען מאָטיװירט, פֿול מיט אינטערעס און נײַגער. ערשטנס, זײַנען זײ ייִדישע קינדער דורך און דורך. און צװײטנס, זײַנען ס׳רובֿ פֿון זײ מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. זײ קומען אַרײַן קענענדיק לשון־קודש, ייִדישע יום־טובֿים, טראַדיציעס, מינהגים און ריטואַלן. דאָס אַלץ איז פֿאַר זײ נישט פֿרעמד. זײ זײַנען משפּחה־מענטשן, צוגעבונדן צו טאַטע־מאַמע, באָבעס און זײדעס.

פֿון שלום בערגער (‫ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דורך דער געשיכטע פּרוּווט יעדער פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ליטעראַטור, אַרײַננעמען אין איין בוך, אַדער ביכער, דאָס גאַנצע וויסן. די געשיכטע פֿון וויסן איז אויך די געשיכטע פֿון קאַטעגאָריזירן וואָס מע ווייסט.

לויט די כּללים פֿון 21סטן יאָרהונדערט, דאַרפֿן זיך באַטייליקן אין אַן ענציקלאָפּעדיע אַקאַדעמיקערס פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿעלדער. געוויינטלעך, באַשליסן די רעדאַקטאָרן פֿון די ענציקלאָפּעדיעס, ווער עס וועט אָנשרײַבן אַ געוויסן אַרטיקל — און יענער באַשלוס קען זײַן אַ ביז גאָר גורלדיקער פֿאַרן פֿאַרשטאַנד פֿון די קומעדיקע דורות, וואָס פֿאַרשטייען דעם דאָזיקן לימוד דורך יענעמס ברילן. ווער געדענקט ניט, ווי אַ השערה, וואָס מע האָט זיך אַרומגעטראָגן דערמיט זינט די שול־יאָרן, איז אין אַ רגע חרובֿ געוואָרן דורך פֿאַקטן, וואָס זײַנען פֿריִער ניט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן?

פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)

בערל קערלער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין אינדיאַנער אוניווערסיטעט און דער רעדאַקטאָר פֿונעם "ירושלימער אַלמאַנאַך", אַ פּאָזיציע, וואָס ער האָט איבערגענומען פֿון זײַן טאַטן, דעם באַקאַנטן פּאָעט יוסף קערלער ע״ה. אונטערן פּעננאָמען, באָריס קאַרלאָוו (יאָ, דער זעלבער נאָמען ווי דער אַקטיאָר פֿון די אַלטע האָליוווּדער פֿראַנקענשטיין־מאָנסטער־פֿילמען) שרײַבט בערל קערלער זײַנע לידער, וועלכע מיר האָבן שוין געזען געדרוקט אין פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס, צווישן זיי אויך "דער פֿאָרווערטס" און "דער אַלגעמיינער זשורנאַל". "עלאַברעק" איז די צווייטע זאַמלונג לידער זײַנע.

קערלער שרײַבט אין פֿאַרשיידענע סטילן, צווישן זיי, אַ שפּילעוודיקער, מיט קירצערע זאַצן און גראַמען סײַ בײַם סוף, און צו מאָל, סײַ אין מיטן זאַץ. אַזוי אַרום באַקומט זיך אַ חכמהדיקע שטימונג, אָפֿט עפּיגראַמאַטיש, ווי אינעם ליד "אויף ירושלימער געסלעך" —