געשיכטע


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

פּאָליטיק

טשיקאַוועסן

י״ט כּיסלו און אַרכיטעקטור־סימבאָליזם פֿונעם "מלך־דעמיורג"

פֿון יואל מאַטוועיעוו

דאָס וואָרט “דעמיורג”, וואָס אויף גריכיש מיינט “אַ האַלבער גאָט”, מיינט אין געוויסע פֿאַלן, גײַסטיקע טראַדיציעס, דעם מנהיג פֿון עולם־הזה, וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ בייזער פּאַרשוין, אַ מין פֿינצטערער שאָטן פֿונעם אמתן גאָט. דער צוועק פֿון אַ מיסטישן גאולה־העלד איז צו פֿאַרשפּרייטן געהיימע ידיעות, וועלכע קאָנען העלפֿן דעם מענטש צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם בייזן מלך. כּדי צו באַקומען דעם דאָזיקן געמיינעם דעת, מוז מען צומאָל אַרײַנדרינגען אין דער סאַמע נעסט פֿונעם דעמיורג, נישט געקוקט אויף גרויסע סכּנות און נסיונות.Read More


אויב דו רופֿסט זיך אָן "אייניקל", זײַ ניט ברוגז אויפֿן "זיידע" מענדעלע

פֿון משה לעמסטער

דעם 8טן דעצעמבער ווערט 95 יאָר זינט מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט פֿאַרלאָזט אונדזער זינדיקע ערד. און מיט עטלעכע וואָכן שפּע­טער, דעם 2טן יאַנואַרw קומט זײַן געבורטס­טאָג. וואָס פֿאַר אַ מענטש איז ער געווען? צי האָבן די ערן־טיטלען: „קלאַסיקער”, „זיידע” — ניט פֿאַרשטעלט פֿאַר אונדז זײַנע מענטשלע­כע מעלות און חסרונות, די סתּירות פֿון זײַן מענטשלעכער נאַטור?Read More


ייִדן און שיך: אַ פֿאָלקלאָרישער קוק

פֿון איציק גאָטעסמאַן

דאָס פֿאָלקסליד וואָס מײַן באָבע פֿלעג זינגען, האָט זי, אַפּנים, זיך אויסגעלערנט פֿו­נעם אַלטער שוסטער (אַזוי האָט ער געהייסן), דער שוסטער אין איר שטעטל זוויניעטשקע. די צוועקעס פֿלעגט ער האַלטן אין מויל בשעת ער האָט זיי אַרײַנגעקלאַפּט אין שוך און דער­בײַ געזונגען אָן אַ צאָל לידער.Read More


אַ קורצע געשיכטע פֿונעם האַנטדרוק

פֿון לייזער בורקאָ

test

דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער איתּן בלום האָט עס טאַקע געטאָן. בײַ ייִדן אין ישׂראל דערקענט בלום צוויי מיני האַנטדרוקן: דער טראַדיציאָנעלער “האַנט-ריר” צווישן די פֿרומע און די ספֿרדים, און דעם “נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק” צווישן די וועלטלעכע “חילונים”.Read More


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.