User loginSearch |
אַ קולטור־פֿאָלק, אָדער צעשפּליטערטע רעליגיעזע סעקציעס? איך וויל דאָ רעדן וועגן איינער אַן אידעאָלאָגיע, וואָס האָט געזאָלט ענדערן — און געגלויבט, אַז זי האָט די אַבסאָלוטע שליטה דערויף — אונדזער קולטורגאַנג און צעפּאַלמעסן אונדזער געשיכטע, ווי מען צעפּאַלמעסט אַ לעבעדיק נפֿש. איך מיין דאָ די אידעאָלאָגיע פֿון כּנעניזם, וואָס האָט געוואָלט אָנהייבן פֿון דאָס נײַ גאָר אַן אַנדערע ייִדישע געשיכטע און פֿאַרניכטן דאָס ביז איצט געשאַפֿענע, ווי אַ מינדערווערטיקן אַפּענדיקס. מאָנטיק, דעם 1טן סעפּטעמבער, האָבן זיך ווידער געעפֿנט די קלאַסן אין אַלע שולן פֿון ישׂראל, פֿאַר דעם נײַעם לערניאָר תּשס"ט. קרובֿ צו אַ מיליאָן און אַכט הונדערט טויזנט תּלמידים אין 4,000 לערן־אינסטיטוציעס, פֿון קינדער־גאָרטן ביז דעם 12טן קלאַס פֿון די מיטלשולן, האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייערע וואַקאַציעס, צוריק צו זייערע שולבענק; 129,520 לערער האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער אָפּרו, צו זייער פּעדאַגאָגישער אַרבעט, גרייט צו לערנען און מדריך זײַן זייערע תּלמידים אין דעם נײַעם לערניאָר. די אַלטע פֿעסטונג־שטאָט זאַמאָשטש איז באַרימט געוואָרן איבער דער וועלט צוזאַמען מיט דעם נאָמען פֿון יצחק לייבוש פּרץ. נישט די פֿעאָדאַלע מחלוקות פֿון די זאַמאָשטשער ריטער, נישט דער גלאַנציקער נאָמען פֿון די פֿירשטן זאַמאָיסקיס, וועלכע האָבן דאָ געהאַט זייער רעזידענץ, נאָר דווקא אַ ייִדישער מײַסטער האָט די שטאָט מפֿורסם געמאַכט איבער דער וועלט. ווען איך בין אַרויף אויפֿן שיפֿל און אָפּגעשלאָגן פֿון ברעג, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך שיף זיך איבער טרערן און נישט איבער דער ווײַסל. אַזוי אומעטיק האָבן געוואַשן די כוואַליעס דעם מדבר־זאַמד פֿון דער פּוסטער פּליאַזשע. |
|














קהילה־לעבן