User loginSearch |
דעם 27סטן יאַנואַר האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון לעבן דער דיכטער אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, אַ יחיד־במינו אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין קויבישעוו (הײַנט סאַמאַרע) אין 1948 אין אַ רוסיש־פּראַוואָסלאַוונער משפּחה און זײַן וועג צו ייִדן און ייִדישער ליטעראַטור איז ממש אומגלויבלעך. ווי ער דערציילט, זײַנען זײַנע יוגנט־חבֿרים אין גאַס און אויפֿן קויבישעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּ ער האָט שטודירט, געווען ס׳רובֿ ייִדן און זײַנע ערשטע ייִדיש־לערער — ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן און ליטע, וואָס האָבן אין די מלחמה־יאָרן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קויבישעוו.
אין משך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים האָט דער ייִדישער עולם אין טאָראָנטע געהאַט די געלעגנהייט בײַצוּוווינען און געניסן פֿון אַ גאַנצער ריי ליטעראַריש־קינסטלערישע אונטערנעמונגען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט. דער קולטור־סעזאָן האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ גרויסן קאָנצערט געווידמעט הונדערט יאָר ייִדישע טעאַטער־מוזיק.
צווישן דער אָנצאָליקער ליטעראַטור, אין פֿאַרשיידענע לשונות, וועגן ייִדישן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, טיילן זיך אויס באַזונדער די גבֿית־עדות פֿון ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. טייל, ווי אַנאַ פֿראַנק, האָבן נישט דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג און זייערע אָפּגעפֿונענע און פֿאַרעפֿנטלעכטע באַשרײַבונגען דערציילן לדורות וועגן זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס. אַנדערע האָבן על־פּי־נס איבערגעלעבט די קאָשמאַר־יאָרן, עמיגרירט דערנאָך קיין מדינת־ישׂראל אָדער אין די ענגליש־רעדנדיקע לענדער מעבֿר־לים, וווּ זיי האָבן אויפֿגעבויט זייער לעבן אויף ס׳נײַ.
דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 29סטן אויגוסט, מיט אַ קאָנצערט אונטערן פֿרײַען הימל, אין צוקערמאַן־אַמפֿיטעאַטער אין אוירל ביילס־פּאַרק, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון איבער צוויי טויזנט צושויער. דעם קאָנצערט, אונטערן נאָמען "דער מיזרח קומט קיין מערבֿ", האָבן אויסגעפֿירט אַ גרופּע מוזיקער פֿון מאָסקווע, כאַרקאָוו, מינסק, טאַלין און אַנדערע שטעט פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט לעבעדיקע קלעזמער־נומערן און געזאַנגען פֿון זעלטן־געהערטע ייִדישע פֿאָלקסלידער.
|
|






















קהילה־לעבן