User loginSearch |
פֿיר ברידער זענען זיי געווען — זיגמונט, יאָנאַס, מאַרק און יצחק טורקאָוו. זיי זענען אַלע באַקאַנט ווי די דינאַסטיע טורקאָוו. זיגמונט, יאָנאַס און יצחק זענען געווען אַקטיאָרן־אינטעלעקטואַלן, שרײַבער און טעאַטער־פֿאָרשער, אויך רעזשיסאָרן. איינער פֿון זיי, מאַרק, האָט זיך באַזעצט אין אַרגענטינע און דאָרט זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿאָרשן די ייִדישע געשיכטע. ער האָט געאַרבעט אין אַרגענטינער "ייִוואָ" און פֿאַרעפֿנטלעכט אייניקע היסטאָרישע ווערק. יצחק טורקאָוו, וועלכער איז באַקאַנט אונטערן נאָמען יצחק טורקאָוו־גרודבערג, דער ייִנגסטער פֿון זיי, איז געווען סײַ אַקטיאָר, סײַ רעזשיסאָר, מחבר פֿון דראַמאַטישע ווערק, איבערזעצער, און איז פֿרי אַוועק אין דער אייביקייט. פֿאַרוואָס האָט מען אים גערופֿן טורקאָוו־גרודבערג? היות דרײַ ברידער זענען געווען אַקטיאָרן האָט ער זיך צוגעטראַכט אַ פּסעוודאָנים "גרודבערג". אַזעלכע דערשײַנונגען האָבן מיר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט.
רעציטאַציע איז אַ באַזונדערער, ספּעציפֿישער זשאַנער אין דער טעאַטער־קונסט. רעציטאַציע הייסט אויסטיילן, אינטערפּרעטירן אַ שאַפֿונג, אַ ליד אָדער דערציילונג פֿון אַ מחבר, וואָס זײַן כּוונה מוז נישט זײַן אַרויסצוברענגען זײַן יצירה דווקא אין דער פֿאָרעם פֿון רעציטאַציע, פֿון פֿירלייענען פֿאַר אַ פּובליקום. דער רעציטאַטאָר מוז אויך נישט זײַן קיין אַנסאַמבל־אַקטיאָר... אין געוויסע פֿאַלן קאָנען די ביידע זשאַנערס — טעאַטער־פֿאָרשטעלונג און רעציטאַציע־אָוונט — גיין געפּאָרט, אָבער דאָס איז נישט אומבאַדינגט נייטיק.
אַנאַבעלאַ איז אַ באַקאַנטער נאָמען אויף דער ייִדישער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. איר בינע־טעטיקייט דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף צוויי פּעריאָדן — איין תּקופֿה אין רומעניע, שפּעטער אין ישׂראל אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטערס, און די צווייטע תּקופֿה, אפֿשר די וויכטיקסטע — אין "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ אין די לעצטע 15 יאָר. אַנאַבעלאַ, אָדער ווי איר ריכטיקער נאָמען — חנה־בלימע קעלנער, איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
מיר דערנענטערן זיך שוין צום יום־טובֿ פּסח און די הכנות זענען שוין אין פֿולן שוווּנג. דורות לאַנג האָט ער אונדז אָנגעפֿילט מיט אַ געפֿיל פֿון פֿרייד און דערוואַרטונג, סײַ צוליב דעם אָנקום, נאָך דעם קאַלטן, טריבן און פֿראָסטיקן ווינטער, פֿון די וואַרעמע אָנגענעמע פֿרילינג־טעג, און סײַ צוליב די רוחניותדיקע, גײַסטיקע עלעמענטן, צוזאַמען מיט די גשמיותדיקע ריחות פֿון די באַטעמטע פּאָטראַוועס, וואָס ער ברענגט אין אונדזער יערלעכן, טאָג־טעגלעכן קאַלענדאַר.
אינעם אַקטיאָרן־פּערסאָנאַל פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרנעמט מאָניקאַ אַ באַזונדערן, חשובֿן פּלאַץ. מאָניקאַ באַזיצט אייניקע אייגנשאַפֿטן און מעלות וואָס שטרײַכן אונטער איר קינסטלערישע פּערזענלעכקייט ווי אַן אַקטריסע און זינגערין. זי איז זייער אַ שיינע און רעפּרעזענטאַטיווע פֿרוי, זי האָט אַ גלענצנדיקע, גוט־אויסגעשולטע שטימע, אַ פּרעכטיקע דיקציע, און, ווי זאָגט מען עס בײַ אונדז, ייִדן — "אַ מויד, אַ ברען".
מיטן מאַסן־שטראָם פֿון ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט זיך אָנגעהויבן אַנטוויקלען אין אַמעריקע אַן אינטענסיוו ייִדיש קולטור־לעבן — ליטעראַטור, פּרעסע, טעאַטער. די משפּחה אַדלער זענען געווען די בויער און גרונטלייגער פֿון בעסערן ייִדישן טעאַטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט אין אַמעריקע און באַזונדערס, אין ניו־יאָרק, שוין עקזיסטירט אַ גרויסע צאָל טעאַטער־אַנסאַמבלען פֿון פֿאַרווײַלערישן כאַראַקטער. קיין ערנסטער, קינסטלערישער טעאַטער איז נאָך דעמאָלט אין אַמעריקע נישט געווען. עס זענען נאָך נישט געווען קיין אַקטיאָרן, וועלכע זאָלן קאָנען שאַפֿן און בויען אַזאַ מין טעאַטער.
ייִדיש טעאַטער, ייִדישע אַקטיאָרן.... ייִדיש טעאַטער, וואָס האָט זיך אַלע יאָרן געראַנגלט פֿאַר זײַן עקזיסטענץ, האָט אויך געהאַט אַ קאַפּעטשקע מזל: אַזוי פֿיל אויסגעצייכנטע אַקטיאָרן און אַקטריסעס! וועגן אייניקע אַקטריסעס האָב איך שוין געשריבן אין מײַנע פֿאָריקע אָפּהאַנדלונגען. מיר האָבן פֿאַרמאָגט שוישפּילער פֿון אַ וועלט־פֿאַרנעם.
קאַראָל מאַרקאָוויטש ז״ל איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט פּיאַטראַ ניאַנץ אין דער באַרגיקער געגנט פֿון מאָלדאָווע אין רומעניע אין חודש מײַ 1938. זײַנע עלטערן, סײַ דער טאַטע, סײַ די מאַמע זענען געווען אַרבעטסמענטשן, מיטגלידער פֿון דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער באַוועגונג, וואָס איז גערודפֿט געוואָרן דורך דער ראָיאַליסטישער, האַלב־פֿאַשיסטישער מאַכט אין רומעניע.
"ווי אַ קינד פֿון ייִדישע שוישפּילער אין רומעניע, וואָס האָט דורכגעלעבט איר קינדהייט, אַרומוואַנדערנדיק אין פֿאַרשיידענע וואַנדער־טרופּעס איבער שטעט און שטעטלעך פֿון רומעניע, וויל איך בלויז איבערגעבן אַ צאָל עפּיזאָדן און זכרונות וועגן אַקטיאָרן פֿון רומעניע, וואָס זענען מער נישטאָ צווישן די לעבעדיקע, די וואָס זענען אומגעקומען אויף קידוש־השם אָדער אין די לאַגערן פֿון טראַנסניסטריע". |
|

























קהילה־לעבן