User login |
יאַנקל־פּרץ איז דעמאָלט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף", און נפֿתּלי האָט געהאַלטן בײַם אַנטוויקלען דעם "ייִדיש־פֿאַרם"־פּלאַן (וואָס איז, דרך־אַגבֿ, אויך מקוים געוואָרן, און אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב) — אָבער זייער "ייִדיש־הויז" אַליין איז געווען אַ פּריוואַטע איניציאַטיוו, ניט פֿאַרבונדן פֿאָרמעל מיט קיין שום אָרגאַניזאַציע. אַלץ האָבן זיי געטאָן מיט די אייגענע כּוחות און די אייגענע באַשיידענע מיטלען. צופֿעליק האָט זיך אַנטדעקט, אַז אין דעם זעלבן בנין מיט יאָרן צוריק, האָט אויך געוווינט באַראַק אָבאַמאַ, דעמאָלט אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. די ייִדיש־הויזניקעס האָבן אין דעם גלײַך דערזען אַ השגחה־פּרטית, אַז זייער פּלאַן וועט זײַן געבענטשט מיט הצלחה. הײַנטיקע טעג שרײַבט מען אַ סך וועגן דעם קריזיס פֿון דעם ביכער-מאַרק. אייניקע טענהן אַפֿילו, אַז די ביכער-קולטור איז נאָענט צו איר גסיסה. אָבער גלײַכצײַטיק האָט זיך אַנטוויקלט נאָך איין זאַך: אַליין-פֿאַרעפֿנטלעכטע ביכער. אַזעלכע "סאַמאָיִזדאַט"-אויסגאַבעס האָבן, פֿאַרשטייט זיך, עקזיסטירט אויך פֿריִער (מחוץ די לענדער, וווּ אַלץ איז געווען אונטער דעם מלוכישן קאָנטראָל), אָבער איצט איז געוואָרן אַ סך גרינגער אַרויסצולאָזן אַ בוך — די נײַע טעכנאָלאָגיע מאַכט עס ביליקער.
דער פֿילם באַווײַזט, אַ חוץ אַן אָנגייענדיקן אינטערוויו מיט וווּדי אַלען, אַ סך אינטערוויוען מיט אַקטיאָרן פֿון זײַנע פֿילמען, פֿילם-קריטיקער, מיט מיטאַרבעטער און קרובֿים. אַלע דערציילן מכּוח זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט אים אָדער אַנאַליזירן זײַנע ווערק; אָבער דער פֿילם איז נישט געמאַכט אין קיין אַמעריקאַנער "קליפּ"־סטיל, וואָס וואָלט אַפֿילו אַזאַ אינטערעסאַנטע טעמע געקענט פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿלאַכע מאַכערײַקע. ער דויערט איבער דרײַ שעה, אַ פֿאַקט וואָס לאָזט דעם רעזשיסאָר זיך פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע. ס׳איז קלאָר פֿונעם דאָקומענטאַר, אַז אַלען, ניט געקוקט אויף אַלע זײַנע דערגרייכונגען, איז געבליבן זייער באַשיידן; אַ נאַיִווער פּאַרשוין, וואָס פֿאַרשטייט נאָך אַלץ נישט די גאַנצע מהומה אַרום זיך. ער האַלט זיך אַליין נישט מער ווי אַן "אָקיי" פֿילם-מאַכער, וואָס האָט, צום גליק, פֿאַרווירקלעכט אַלע זײַנע חלומות: צו ווערן אַ קאָמעדיאַנט, צו מאַכן פֿילמען און צו שפּילן מוזיק (ווי באַוווּסט, שפּילט אַלען אויף קלאַרינעט). איבערזעצונג פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער איז קונסט און נישט קיין קונץ. דער עיקר, מוז מען קענען ביידע שפּראַכן פֿליסיק און אויב עס איז פּאָעזיע, דאַרף מען זײַן אַ פּאָעט, און אויב עס איז פּראָזע, מוז מען זײַן אַ פּראָזאַיִקער, ווײַל מ׳זעצט נישט איבער ווערטלעך, נײַערט מ׳זעצט איבער פֿון איין קולטור אויף אַ צווייטער.
אַרי אָבער האָט זיך אין דעם לבֿוש געפֿילט באַקוועם, ווײַל יאָרן לאַנג האָט ער אַפֿילו אין די הייסטע זומערטעג געטראָגן וואָלענע ציצית, אַ בעקעשע און אַ ביבער־הוט. די סיבה איז, אַז איידער פּרײַוואַט אַרי מאַנדעל האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז ער געווען אַרי משה־אַהרון מאַנדעל, אַ ניקלסבורגער חסיד. מיט דרײַ חדשים צוריק האָט מאַנדעל געענדיקט זײַן פֿינף־יאָריקע מיליטערישע דינסט, און הײַנט פֿירט ער אַ בלאָג, Confessions of a Koifer (ווידוי פֿון אַ נישט־גלייביקן), וואָס האָט שוין צוגעצויגן אַ צאָל חסידישע און געוועזענע חסידישע לייענער. די קומענדיקע וואָך הייבט ער אָן זיך לערנען אין האָנטער־קאָלעדזש, אין מאַנהעטן. אין צווישנצײַט האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַוועקגעזעצט מיט אים, כּדי אויסצוהערן וועגן זײַן אייגנאַרטיקער רײַזע פֿון זײַן אַ חסיד ביז צו ווערן אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט. געבוירן איז מאַנדעל אין סיִאַטל, בײַ אַ טאַטן, אַ בעל־תּשובֿה פֿון חב״ד און אַ מאַמע, אַ געבוירענע ליובאַוויטשער מיידל. ווען אַרי איז געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן אין מאָריסטאַון, ניו־דזשערזי — אַ צענטער פֿון די ליובאַוויטשער חסידים — אָבער דעם טאַטן האָט געצויגן צו אַ מער "חסידישן" לעבן־שטייגער, האָבן זיי נאָך עטלעכע יאָר זיך באַזעצט אין מאָנסי, נ״י, וווּ דער טאַטע האָט זיך צוגעשלאָסן צו די ניקלסבורגער חסידים.
דער אקטיאָר און רעזשיסאָר האַואַרד ריפּ האָט מיך פֿאַרבעטן אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" צו זען צוויי איין־אַקטערס. דער ערשטער אַקט שילדערט יצחק באַשעוויסעס דערציילונג "גימפּל תּם", און דער צווייטער אַקט באַשטייט פֿון ש״י עגנונס דערציילונג "די דאַמע מיטן מדינה־גייער" (peddler). און אַזוי ווי דער ערשטער אַקט האָט צו טאָן מיט באַשעוויסעס "גימפּל", שפּילט אים אויס האַואַרד ריפּ קינסטלעריש אויף אַ פֿײַנער מדרגה. ער איז אַ פֿײַנער אַקטיאָר, און זײַן גימפּל איז באַגלייבלעך. די ענגלישע ווערסיע האָט ער אַדאַפּטירט פֿון סאָל בעלאָוס איבערזעצונג. דווקא, איז די איבערזעצונג אַ געלונגענע, אַ חוץ דעם נאָמען תּם. גימפּל איז באמת נישט קיין תּם. אויף ענגליש האָט ער געקענט אים באַצייכענען ווי גימפּל (the simpleton), ממש אַן אומשולדיקער נפֿש. דאָס גאַנצע שטעטעלע פֿראַמפּאָל האָט זיך אָנגעזעצט אויף גימפּלען און מאַכט פֿון אים קרעפּלפֿלייש, און גימפּל גיט אַלץ נאָך. גימפּל גלייבט אַלעמען. אַפֿילו, ווען מ׳האָט אים פֿאַרשדכנט עלקען, די פֿראַמפּאָלער גאַסן־גייערין, און זי ליגט אין קימפּעט זעקס מאָל נאָך אַנאַנד. פֿאַרדרייט זי גימפּלען דעם קאָפּ און רעדט אים אײַן, אַז ער איז דער טאַטע פֿון די קינדער, כאָטש גימפּל האָט זי נישט אָנגערירט פֿונעם טאָג וואָס מען האָט זיי חתונה געמאַכט און געפֿירט אונטער דער חופּה. ער האָט אָבער ליב די קינדער ווי זיי וואָלטן געווען זײַנע אייגענע.
הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם טאָג געווען — "די קינדער אין דעם חורבן". דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען", באַן קי־מון האָט גערעדט וועגן די אַנדערטהאַלב מיליאָן ייִדישע קינדער, וועלכע זענען אומגעקומען; מע קען הערן זײַנע רייד אויף דער "יו־ען"־וועבזײַט. אין שײַכות מיט דער טעמע, האָט די "יו־ען" אָפּגעדרוקט אַ ביכל, וואָס זאָל באַגלייטן דעם פֿילם "דער לעצטער פֿלי פֿון פּעטער גינז", אַ נײַער אַנימאַציע־פֿילם וועגן דעם לעבן און קונסטווערק פֿון פּעטער גינז, אַ ייִדיש ייִנגל פֿון פּראָג, וועלכער איז אומגעקומען אינעם חורבן. די אַנדערע "יו־ען"־אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער מוזיק פֿון די קינדער אינעם לאַגער טערעזין. ווען מע קומט אַרײַן אויפֿן גרויסן שטח פֿון דער "יו־ען" אין ניו־יאָרק גייט מען פֿאַרבײַ אַ רירנדיקע אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם לאָדזשער געטאָ. די אויסשטעלונג "דאָס פּנים פֿון געטאָ: בילדער פֿון ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן אין דער לאָדזשער געטאָ 1940—1944" איז צוזאַמענגעשטעלט געוואָרן פֿון 27 נײַ־אַנטדעקטע פֿאָטאָ־אַלבאָמען פֿון דער געטאָ. די בילדער האָבן געפֿונען די צוויי פֿאָרשער אינגאָ לוס און ד״ר טאָמאַס לוץ אינעם נאַציאָנאַלן אַרכיוו אין לאָדזש.
אין נאַראַיעוו איז אין יאָר 1885 געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער משה נאַדיר. אָבער דאָס איז געווען זײַן פּסעוודאָנים, וואָס צעלייגט זיך טאַקע אויף "נאַ דיר" (ווי, אַ שטייגער, אין "נאַ דיר אַ מתּנה"). נאַדירס אמתער נאָמען האָט געקלונגען גאָר אַנדערש: יצחק רײַז. איצט איז נאַדיר כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אַ מאָל, איז ער געווען אַ גאַנץ וויכטיקע פֿיגור אין ייִדישן ליטעראַרישן לעבן פֿון אַמעריקע. אין 1929, ווען אַ צאָל באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער זײַנען אַוועק פֿון די קאָמוניסטן, איז נאַדיר פֿאַרבליבן אין דער ראָלע פֿונעם פֿירנדיקן ייִדישן קאָמוניסטישן מחבר. מיט די שרײַבער, וואָס זײַנען אַוועק, האָט ער זיך געזעגנט דורך זייער אַ בייז ליד (וועגן דעם "אַוועקגיין" גופֿא האָב איך געשריבן מיט אַ חודש צוריק — זען "אַ הײַנטיקער קוק אויף די געשעענישן פֿון 1929", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 23סטן דעצעמבער
דער חילוק צווישן פּאַנטעיִזם און פּאַנענטעיִזם — הגם ס׳רובֿ חסידים קענען נישט, מסתּמא, אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע טערמינען — באַשטייט אין דעם, וואָס פֿאַר אַ פּאַנטעיִסט איז אַלץ ממש ג־ט, און אַ פּאַנענטעיִסט האַלט, אַז דער אוניווערס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, אָדער איז אָנגעפֿילט מיטן ג־טלעכן חיות. אין פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס טרעפֿן זיך ביידע פֿילאָסאָפֿיעס, אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס. ס׳רובֿ הײַנטיקע אונגאַרישע און גאַליציאַנער חסידים פֿאַרנעמען זיך נישט סיסטעמאַטיש מיט קבלה און שטודיעס פֿון חסידישע טעאָריעס. זייער חסידות דריקט זיך אויס, דער עיקר, אין מלבושים, מאכלים, נוסח פֿון דאַוונען, גיין צום רבינס טיש און אַנדערע פּראַקטישע מינהגים. די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע גרופּע אין דער וועלט — זענען בכלל נעענטער צום מתנגדישן דרך; רבי יואל טייטלבוים ז״ל האָט געהאַלטן, אַז דער אַלטער דרך פֿון בעל־שם־טובֿ איז אין די הײַנטיקע צײַטן פֿאַרגעסן געוואָרן, דערפֿאַר איז די עיקר־עבֿודה צו זײַן אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס לערנט די גמרא, לעבט על־פּי שולחן־ערוך און טוט חסד. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חסידים, טראַכטן נישט די סאַטמאַרער, אַז אַ יונגער־מאַן, וואָס לערנט די גאַנצע צײַט אין אַ כּולל, איז העכער ווי אַ פּשוטער אַרבעטער. אַדרבה, דאָס אַרבעטן און געבן צדקה איז פּונקט אַזוי הייליק, ווי דאָס תּורה־לערנען. אין דעם דאָזיקן צוגאַנג גופֿא ווערט אָבער אויסגעדריקט דער אַלגעמיינער חסידישער פּאַנענטעיִזם. אַפֿילו אַזאַ גשמיותדיקע זאַך, ווי פּרנסה, איז בעצם הייליק. קיין מאָסקווע איז געקומען אַ נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, מײַקל מאַקפֿאָל, וואָס איז גאָר ניט קיין צופֿעליקער מענטש אויף אַזאַ שטעלע. ער האָט לאַנגע יאָרן שטודירט רוסיש און רוסישע פּאָליטיק, פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט אין רוסלאַנד גופֿא, און געווען פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס עצה-געבער; געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין די באַמיִונגען צו געפֿינען אַ נײַעם, מער פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע. איז דאַכט זיך — גוט. דערצו זעט אויס מאַקפֿאָל ווי אַ סימפּאַטישער מענטש.
דער הויפּט-ציל פֿון דער גרופּע איז צו באַנײַען די ייִדישע לינקע קולטור אויף ייִדיש. אָבער זיי טוען דאָס ניט דורך סתּם זינגען די אַלטע ייִדישע לידער פֿון דעם סאָרט, נאָר דורך אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע קולטור. אויפֿן יסוד פֿון אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל פֿון די מעלאָדיעס, געשפּילט אויף אַ האַרמאָשקע און אַ קליינטשיקן סטרונע-אינסטרומענט (אַ מין יוקאַלעלי געמאַכט פֿון אַ פּאָרטציגאַר), מישן זיי אַרײַן מער מאָדערנע מוזיק-סטילן, ווי ראַפּ און ראָק. זייער לידער-גאַנג באַשטייט פֿון אָריגינעלע באַאַרבעטונגען פֿון באַקאַנטע און ווייניקער-באַקאַנטע לידער אויף אַ שאַרף־קאָמישן און מאָדערנעם אופֿן, נוסח ברעכט.
איידער מיר נעמען זיך צו די ייִדישע טערמינען איז כּדאַי, קודם־כּל, זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין די ייִדישע ווערטער "קאָרן" און "קערן". די־אָ ווערטער נעמען זיך פֿון דײַטש, וווּ ביידע זענען טײַטש קערן — דאָס צווייטע איז טאַקע אַ דעריוואַט פֿונעם ערשטן. אויף ייִדיש און צום טייל אויף דײַטש איז דער טײַטש פֿונעם ערשטן פֿאַרשמעלערט געוואָרן פֿון סתּם תּבֿואה־קערן ביז rye (דאָס געוויינטלעכע דײַטשישע וואָרט פֿאַר rye איז Roggen, פֿונעם זעלבן אָפּשטאַם וואָס rye און אַפֿילו ס׳רוסישע rozh). וואָס שייך דעם ענגלישן וואָרט corn איז אַזוי: אינעם אַמעריקאַנער ענגליש איז דאָס וואָרט אויך פֿאַרשמעלערט געוואָרן אויף קוקורוזע; אין בריטישן ענגליש איז געבליבן דער עלטערער טײַטש תּבֿואה בכלל. איבער דעם איז זייער וואָרט פֿאַרן געוויקס Zea mays טאַקע maize, וואָס דאָס איז אַרײַן אין ענגליש, דורך שפּאַניש, פֿונעם לשון פֿון די קאַריבן, אַן אינדיאַנער פֿאָלק פֿון די קאַריבישע אינדזלען. דאָס זעלבע צו הערן וועגן פֿראַנצייזיש (maïs), איטאַליעניש (mais) און דײַטשיש (Mais). |
Search |





























קהילה־לעבן