User loginSearch |
די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור באַהאַנדלען כּסדר דעם סימביאָז צווישן ייִדיש און לשון־קודש, אָפֿט פֿאַרגעסנדיק אונדזער דריטע שפּראַך — אַראַמיש, לשון-תּרגום. למשל, קיינער האָט נאָך נישט צונויפֿגעשטעלט אַ סיסטעמאַטישן קאָרפּוס פֿון "תּרגומישער" נגינה און פּאָעזיע, הגם אַ צאָל אַראַמישע לידער זענען באַקאַנט יעדן ייִדיש קינד. אין דער אמתן, דווקא דער עקזאָטישער קאָלאָריט, פֿאַרבונדן מיט קבלה און למדנות, גיט דעם תּרגום־לשון אַ באַזונדערן פּאָעטישן, מיסטישן און אַפֿילו ראַדיקאַלן טעם. איר ווילט דאָך מסתּמא וויסן אין וואָס די אַכצן־דרײַצן האַנדלט זיך? וועל איך פּרובירן דאָס דעשיפֿרירן אין מײַן מוח און אין ווערטער. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז אויף דער וועלט זײַנען פֿאַראַן דרײַ־און־זיבעציק מיליאָן אַנגליקאַנער, איין ביליאָן קאַטוילן, נײַן הונדערט און פֿערציק מיליאָן סוני־מוסולמענער, הונדערט און צוואַנציק מיליאָן שיִאַ־מוסולמענער, דרײַ הונדערט זעקס־און־זיבעציק מיליאָן בודיסטן, זיבעציק מיליאָן באַפּטיסטן, פֿערצן מיליאָן ייִדן,
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ רײַזע קיין אייראָפּע, וווּ כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט צוויי קליינע ייִדישע קהילות, און דערבײַ צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מיינט עס הײַנט זיך אויסצולעבן ווי אַ ייִד אין יענע קאַנטן. די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס איך און מײַן מאַן, לייבל, זענען געפֿאָרן אַהין איז געווען צו פּראַווען דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון מײַן שווער, וועלכער וווינט אין מאַלמע — די דריט־גרעסטע שטאָט אין שוועדן.
בײַ אַ סך פֿעלקער, וואָס האָבן אַן אַלטע שריפֿטלעכע ליטעראַטור, איז פֿאַראַן אַן אייגענע טראַדיציע פֿונעם קינסטלערישן שרײַבן — קאַליגראַפֿיע. למשל, אַזאַ טראַדיציע האָט עקזיסטירט אין מצרים און בײַ די מאַיאַ־אינדיאַנער אין דרום־אַמעריקע. ביידע ציוויליזאַציעס האָבן געשאַפֿן גאָר קאָמפּליצירטע היעראָגליפֿישע שריפֿט־סיסטעם, אין וועלכע יעדער צייכן האָט רעפּרעזענטירט אַ גאַנץ וואָרט אָדער אַ געוויסן טראַף. ווער עס וויל האָבן אַ גוטן שם אויף דער וועלט, דער דאַרף זיך דערווײַטערן פֿונעם חשש פֿון ייִדישיזם. בײַ אינטעלעקטואַלן וועט מען אים/איר אָדער אויסלאַכן, אָדער אָנקוקן מיט רחמנות־בליקן, אָדער ביידע אין איינעם, ווײַל אַזוינס איז דאָך אַפּנים בײַ לײַטן באמת בלויז צו לאַכן אָדער צו וויינען. מען וועט אײַך פּשוט ניט נעמען ערנסט, ווײַל דער ענין ייִדישיזם איז אי ניט דעפֿינירט, אי האָפֿענונגלאָז! מיר טוט עס וויי, ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישיסטישער היים און בין אין משך פֿון מײַן גאַנצער יוגנט געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישיסט. טאָג און נאַכט זאָגט מען אונדז אָן וויפֿל און וועמען די שווײַן־עפּידעמיע וועט פֿאַרצוקן, און ווי אַזוי מען דאַרף זיך ספּראַווען מיט איר. די וועלט איז הײַנט אַ פּרוזדור, אַ דורכפֿאָר־סטאַנציע, אַ וואָקזאַל. ס׳איז אַ גלאָבאַלער דורכפֿאָר־הויז. מענטשן קומען, מען ציילט זייער באַגאַזש, מען קוקט אַדורך זייערע דאָקומענטן, מען טוט זיי אויס די שיך. אָבער ווען עס קומט צום געזונט, מאַכט מען נישט קיין אויספֿאָרשונג. ווער ווייסט וואָס זיי ברענגען אַרײַן אין לאַנד, וועלכע אָנשטעקנדיקע קראַנקייטן, וועלכע מיקראָבן און אַלערליי כאָלערעס.
עס גייט אַ נײַע דראַמע אינעם טעאַטער וואָס הייסט "Playwrights Horizons," אויף דער 42סטער גאַס צווישן אַכטער און נײַנטער עוועניו אין ניו־יאָרק, און איך האָב זיך אַהין אַרײַנגעכאַפּט צו זען אַ נאָכן־חורבן־פּיעסע. די פּיעסע גייט אויף ענגליש, פֿאַרשטייט זיך, אָבער אויף ייִדיש וואָלט איך עס איבערגעזעצט ווי די "צוריקצאָלער", אָדער "נקמה־נעמער". דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט מענטשן פֿון יעדן עלטער, ס׳רובֿ פֿון זיי — יוגנטלעכע. אַלע זײַנען געקומען זען ווי די לעבן־געבליבענע ייִדן נעמען נקמה אין די מערדער און צאָלן זיי צוריק פֿאַר די אַלע לײַדן און פּײַן וואָס מיר זײַנען אויסגעשטאַנען פֿון דער דײַטשער בעסטיע. דזשעני מערקין, איינע פֿון מײַנע אַמאָליקע סטודענטקעס, האָט זיך ווידער רעגיסטרירט און גענומען אַ סעמעסטער מיט מיר. יענע וואָך האָט זי מיר דערלאַנגט אַן אַרבעט, באמת אַ גאַנצע שטודיע וועגן איר משפּחה וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געוווינט אין פּוילן, אַריבער קיין דײַטשלאַנד און צום סוף קיין בעלגיע. זי דערציילט אַז אין 1940, ווען די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן בעלגיע, דעם זעלבן פֿרײַטיק, האָט איר זיידע, זײַן עלטערער ברודער, עלטערע שוועסטער, זייערע עלטערן, די באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד,
די פֿאָרשונגען פֿון סימבאָלן פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין ייִדישקייט, בפֿרט אין קבלה און פֿאָלקס־קונסט. אויב מע פֿאַרשטייט דעם באַדײַט פֿון אַ סימבאָל, קאָן ער אויסגענוצט ווערן ווי אַ שליסל צו די סודות פֿון דער וועלט־"מאַטריקס" און ווי אַ מיטל פֿון אינערלעכער טראַנספֿאָרמאַציע. די נאַכט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג ווערט פֿאַרפֿאַלן איינע פֿון אונדזערע אַקטריסעס, די באָסטאָנער מויד, וואָס האָט געשריבן די מוזיק. זי איז געפֿאָרן פֿון באָסטאָן מיטן אויטאָ און אַרום האַלבער נאַכט האָט זי באַשלאָסן צו קומען צו אונדז אַהיים קיין "ריווערדייל" איבערצונעכטיקן. זי איז אָבער נישט אָנגעקומען. אַזוי ווי איך האָב זיך געלייגט פֿרי שלאָפֿן, האָב איך צו מאָל נישט געוווּסט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿאַלער לאַגע.
פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק נאָכמיטאָג, בשעת די אַנדערע באַטייליקטע פֿון דער ייִדיש־וואָך האָבן געלייענט די פּאָעמעס פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אָדער געשוווּמען אין שווים־באַסיין, אָדער גערודערט מיט אַ שיפֿל, זענען אַכט ייִדיש־לערער פֿון איבערן לאַנד געזעסן אין אַ קרײַז און זיך געטיילט מיט די פּראָבלעמען פֿון לערנען אַ ייִדיש־קלאַס, ווען די סטודענטן געפֿינען זיך אויף פֿאַרשידענע מדרגות.
איך קען זיך מער ניט דערלעבן צו וואַרטן אויף אַ "קײַלעכדיקער דאַטע". "וווּק" סטעפֿאַנאָוויטש קאַראַדזשיצעס 150סטע יאָרצײַט — פֿון איצט אָן וועלן מיר אים רופֿן, ווי ס׳טוען עס זײַנע אייגענע לאַנדסלײַט, פּשוט "וווּק" (וואָלף) — פֿאַלט אויס ערשט אין 2014. היות ווי ער איז געווען אַ גרויסער אוהבֿ־לשונות (ספּעציעל פֿון קלענערע און שוואַכערע) און היות ווי איך קען אפֿשר זײַן דער איינציקער אין דער גאַנצער ייִדיש־וועלט, וואָס איז באַקאַנט מיט זײַנע אויפֿטוען, אײַל איך זיך וועגן דעם איבערצוגעבן איידער עס ווערט פֿאַר מיר צו שפּעט דאָס צו טאָן. און אַ חוץ אַלעמען, איז אַ 145סטע יאָרצײַט אויך אַ דאַטע וואָס איז ניט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט! |
|





















קהילה־לעבן