User loginSearch |
ס’איז באמת אַ גליק, וואָס דער מענטשלעכער זכּרון קאָן פֿאַרבינדן פֿאַרשידענע צײַטן. ער לאָזט נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן די געשעענישן און נעמען פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן פֿאַרדינט צו פֿאַרבלײַבן אינעם מאָרגן. ווי פֿאַרשלעפּט דער געדאַנק זאָל נישט זײַן, פֿריידט מען זיך יעדעס מאָל, ווען ער ווערט ווידער באַשטעטיקט. ס’איז פֿאָרט אַ שאָד, וואָס צוליב דער טעגלעכער האַוועניש, באַמערקן מיר אָפֿטלעך נישט בײַ די מענטשן, וועלכע טרעפֿן זיך אויף אונדזער וועג, די טיפֿע אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער נאַטור. ערשט מיט דער צײַט, אומקוקנדיק זיך צוריק אויף די אויסגעלעבטע יאָרן, הייבט מען אָן פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון זייער בײַזײַן אין אונדזער לעבן.
אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח, וואָס גייט אָן אין די לעצטע יאָרן אַרום דעם אופֿן פֿון אָפּמערקן און פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון יצחק ראַבין, האָט זיך אַרײַנגעמישט דער שטורמישער וועטער, מיט וועלכן עס האָט זיך אָנגעהויבן דער ישׂראלדיקער ווינטער — און האָט אָפּגעלייגט אויף זיבן טעג די יערלעכע מאַסן־הזכּרה, וואָס איז געגרייט געוואָרן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת. דער 14טער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד איבער יצחק ראַבין איז אויסגעפֿאַלן הײַנטיקע וואָך אויפֿן 4טן נאָוועמבער און די אָנדענק־מאַניפֿעסטאַציע אויפֿן ראַבין־פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ איז געוואָרן אָפּגעלייגט, צוליבן וועטער, אויף דעם קומענדיקן שבת, דעם 7טן נאָוועמבער.
ווער ס׳קומט אַרײַן אין "אַרבעטער־רינג" איז אוממעגלעך מ׳זאָל זי נישט באַמערקן: שורע טורקאָוו געפֿינט זיך דאָרט אויך ווען פֿיזיש זעט מען זי נישט. אַזוי איז עס מיט דער פֿאַקטישער פֿאַרוואַלטערין און דעם לעבעדיקן גײַסט פֿון דער אינסטיטוציע. נישטאָ קיין ספֿק, אַז דאָס וואָס האָט געפֿירט צו דער פּאָזיציע וואָס זי פֿאַרנעמט, איז נישט אומבאַדינגט געווען דער ווילן אירער צו ווערן אַן אָנפֿירנדיקער כּוח אין דעם דאָזיקן דערפֿאַרענעם אַנשטאַלט; ווען די האַרמאַטן שיסן, שווײַגן — ווי מיר ווייסן — די מוזעס. ווען עס שווײַגן די האַרמאַטן, אַרבעט מעשׂים די פּאָליטיק. אָבער ווען זיי אַלע ווערן אַנטשוויגן — סײַ די האַרמאַטן, סײַ די מוזעס און סײַ אויך די פּאָליטיק — דעמאָלט צעווילדעוועט זיך בײַ אונדז דער ברוטאַלער כוליגאַניזם, וועלכער איז באַפֿרײַט פֿון אַלע העמונגען און פֿון אַלע מענטשלעכקייטן.
"ניצחון אינעם דורכפֿאַל" — אַזוי הייסט דאָס בוך מעמואַרן פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער ע״ה, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק דערזען די ליכטיקע שײַן אין ענגליש אין ירושלים. פּרקים פֿון גרשון ווײַנערס (1922—2003) אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן, וואָס ער האָט געשריבן אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, זײַנען צונויפֿגעזאַמלט געוואָרן פֿון זײַן אַלמנה נחמה און זײַנע טעכטער און אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרעם 6 יאָר נאָך זײַן פּטירה. אין סעפּטעמבער 1993, מיט 16 יאָר צוריק, האָבן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זיך קעגנזײַטיק אָנערקענט. יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן זיך אויסגעטוישט מיט בריוו און געדריקט די הענט. דעם 13טן סעפּטעמבער איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" צווישן ישׂראל און דער פּל״אָ וועגן אויפֿשטעלן אַ פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקן רעזשים — אַן אויטאָנאָמיע אין יהודה, שומרון און עזה, ווי אַ צײַטווײַליקע אַדמיניסטראַציע אויף 5 יאָר — און אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען נאָך דרײַ יאָר וועגן אַ פּערמאַנענטער לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.
באַגעגנט צום ערשטן מאָל האָב איך זי אין "אַרבעטער־רינג", אויף קאַלישער־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ זי איז אַן אָפֿטע אַרײַנגייערין, אין זכות פֿון איר באָבען, דער בונדיסטקע. אַזוי שטעלט זי זיך פֿאָר, גאַלי דרוקער־ברעם, אָט די יונגע פֿרוי מיטן מיידלשן אויסזען און אינטעליגענטן קוק, וואָס זעט אויס פֿיל ייִנגער פֿון אירע 36 יאָר און נעמט אָן מיט אויטענטישן ענטוזיאַזם מײַן פֿאָרשלאָג דורכצופֿירן אַן אינטערוויו מיט איר — "נאָר בײַ זיך אין דער היים" — גיט זי גלײַך צו. מיר גייען אַריבער די רוישיקע גאַס און זי פֿירט מיך אַרײַן צו זיך אין שטוב, וואָס דערמאָנט מער אַ סטודענטישע דירה איידער די וווינונג פֿון אַ מיטלקלאַס־פּאָר;
צוויי באַרימטע קוּנסט־פּערזענלעכקייטן האָבן אונדז לעצטנס באַזוכט: די זינגערין מאַדאָנאַ און דער זינגער־פּאָעט לעאָנאַרד כּהן. ביידע זעלטענע מײַסטערס אין זייער תּחום האָבן זיי געמאַכט אויף זייערע פֿילצאָליקע אָנהענגער אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק סײַ וואָס שייך זייער קונסט און סײַ דעם הויכן פּרײַז אויף די בילעטן, וואָס מ׳האָט געמוזט באַצאָלן צו זען און הערן זייערע אויסדערוויילטע ליבלינגען.
מאַרעק עדעלמאַן: 1919—2009 געשטאָרבן דער לעצטער קאָמאַנדיר פֿון וואַרשעווער געטאָ "אין פּרינציפּ איז דאָס וויכטיקסטע — דאָס לעבן. און ווען עס איז שוין פֿאַראַן דאָס לעבן, איז דאָס וויכטיקסטע די פֿרײַהייט. און דערנאָך גיט מען אַוועק דאָס לעבן פֿאַר דער פֿרײַהייט. דעמאָלט ווייסט מען שוין נישט וואָס איז וויכטיקער". פֿאַר אַ ישׂראלדיקן זשורנאַליסט, וואָס שרײַבט אַ רעגולערן פּעריאָדישן קאָלום פֿאַר זײַן צײַטונג, איז אַ קורצווײַליקער אַרויספֿאָר קיין אויסלאַנד (אויב ער פֿאָרט נישט אין קיין אַמטלעכן שליחות) — ווי דו וואָלסט זיך אַרויסגעקראָגן פֿון אַ ראָיענדיקן בינשטאָק: עס עפֿנט זיך פֿאַר דיר די ברייטע וועלט, אָבער דו ווערסט אויף דער קורצער ווײַלע אָפּגעריסן פֿונעם לאַנד. |
|





















קהילה־לעבן