User loginSearch |
מאַרעק עדעלמאַן: 1919—2009 געשטאָרבן דער לעצטער קאָמאַנדיר פֿון וואַרשעווער געטאָ "אין פּרינציפּ איז דאָס וויכטיקסטע — דאָס לעבן. און ווען עס איז שוין פֿאַראַן דאָס לעבן, איז דאָס וויכטיקסטע די פֿרײַהייט. און דערנאָך גיט מען אַוועק דאָס לעבן פֿאַר דער פֿרײַהייט. דעמאָלט ווייסט מען שוין נישט וואָס איז וויכטיקער". פֿאַר אַ ישׂראלדיקן זשורנאַליסט, וואָס שרײַבט אַ רעגולערן פּעריאָדישן קאָלום פֿאַר זײַן צײַטונג, איז אַ קורצווײַליקער אַרויספֿאָר קיין אויסלאַנד (אויב ער פֿאָרט נישט אין קיין אַמטלעכן שליחות) — ווי דו וואָלסט זיך אַרויסגעקראָגן פֿון אַ ראָיענדיקן בינשטאָק: עס עפֿנט זיך פֿאַר דיר די ברייטע וועלט, אָבער דו ווערסט אויף דער קורצער ווײַלע אָפּגעריסן פֿונעם לאַנד.
אין 1819 איז בײַ ר׳ יצחק אָפֿענבאַך, דעם חזן אין דער שטאָט קעלן, געבוירן געוואָרן אַ וווּנדער־קינד פֿון מוזיק. דעם קינד, דאָס זיבעטע שוין אין דער משפּחה, האָט מען אַ נאָמען געגעבן יעקבֿ — מיט דער צײַט, אין פּאַריז, וועט פֿון יעקבֿ ווערן — זשאַק. געבוירן מיט אַ קאָלאָסאַלן טאַלאַנט צו מוזיק איז ער, יעקבֿ, נאָך געבענטשט געווען מיט אַ שאַרפֿער אינטעליגענץ און אַ שאַרפֿן פֿאַרשפּיצטן חוש פֿאַר הומאָר. שווער צו געפֿינען דאַכט זיך אַ מער פּאַסיקע דערעפֿענונג פֿון קולטור־סעזאָן, ווי טאַקע די וואָס איז צו שטאַנד געקומען לעצטנס אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג". צונויפֿגעזאַמלט האָט זיך דער עולם בײַצוזײַן אויף דער פּרעזענטאַציע פֿון דעם דערשינענעם בוך, אין צוויי בענד, "אין געיעג נאָך מאָמענטן" פֿון זשורנאַליסט און קונסט־קריטיקער יצחק לודען. פּאַסיק איז אויך געווען די צײַט פֿון דורכצופֿירן די פּרעזענטאַציע: ווען אַ היפּשע צאָל לייענער האָבן זיך שוין מיט די ביכער באַקענט, דער פּאָליטישער יאַריד אין ישׂראל האָט פֿאָריקע וואָך געקאָכט און געפֿיבערט מיט נתניהוס מיסטעריעזן פֿאַרשווינדן פֿון דעם סדר־היום אויפֿן לוח פון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע. אַלע פֿאַראינטערעסירטע — מ׳קען זאָגן, דאָס גאַנצע לאַנד, די זשורנאַליסטן און דער מלוכישער, פּאַרטיייִשער און דער געזעלשאַפֿטלעכער, יאַריד — אַלע האָבן יענעם טאָג זיך געבראָכן דעם קאָפּ און פּרובירט לייזן דאָס רעטעניש: וווּהין איז נעלם געוואָרן דער שיפֿס־קאַפּיטאַן פֿון דער מדינה, דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו? אויף גאַנצע פֿערצן שעה.
אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער.
זיבעציק יאָר זײַנען פֿאַרבײַ זינט ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. די לעצטע וועטעראַנען פֿון דעם העלדישן און בלוטיקן קאַמף קעגן די נאַציס גייען אַוועק און טראָגן מיט זיך אַוועק אין דער אייביקייט פֿילצאָליקע אוניקאַלע זכרונות, וועלכע זײַנען אין ערגעץ ניט פֿאַרנאָטירט אָדער ניט באַשריבן געוואָרן. מיר, זייערע נאָענטע, קערן זיך אום צו דעם, וואָס לעבט נאָך אין אונדזער זכּרון פֿון זייערע דערציילונגען און בריוו פֿון פֿראָנט. ווען מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט אונדזער משפּחה אין רחובֿות באַגלייט אין איר לעצטן וועג מײַן עלטערע שוועסטער, ד״ר איזאַבעלע פּינקוס ז״ל (פֿון דער היים פֿײַגענבערג), האָב איך אין מײַן אַרכיוו געפֿונען אירע בריוו פֿון פֿראָנט און מײַן אייגענע סקיצע וועגן איר, געשריבן דעמאָלט אין ייִדיש.
(צו די שלושים נאָך דער פּטירה פֿון יוסף בורג) געשטאָרבן איז ער אין עלטער פֿון איבער 97 יאָר, נאָר קיין שפּעטצײַטיקער טויט איז ניטאָ. אַזוינס איז ניט צום אויסריידן. געשען איז עס נאָך אַ לאַנגדויערנדיקער קרענק, דעם 10טן אויגוסט 2009, אין דער אַמאָל ייִדיש־ייִדישער שטאָט טשערנאָוויץ. פֿאַר מיר איז די טרויעריקע ידיעה געווען ניט אומגעריכט און דאָך, האָט זי אַ קלאַפּ געטאָן מיט גרויס צער און ווייטיק. אונדזער בידנע ליטעראַטור האָט געליטן אַ שווערן פֿאַרלוסט, וואָס איז ניט צום פֿאַרריכטן. דעם גאַנצן קאָסמאָס, וואָס האָט זיך פֿאַר אונדז, ווייניקסטנס, קאָנצענטרירט אַרום דעם "פּלאַנעט אוישוויץ". די פֿאָרמעלע געשיכטע ווערט געבויט אויף פֿאָרמעלע דאַטעס ווי זײַלן פֿון אַ פֿונדאַמענט, אויף וועלכן עס ווערט געבויט אַ בנין. עס איז אָבער אַ באַוווּסטע זאַך, אַז היסטאָרישע געשעענישן זענען, געוויינטלעך, אַ רעזולטאַט פֿון אָנגייענדיקע פּאָליטישע פּראָצעסן, פֿון אַנטוויקלונגען, וואָס פֿאַרוואַנדלען דעם געגעבענעם מאָמענט אין אַ מאָמענטום, און דינען ווי אַ סיבה פֿאַר אַ נײַער היסטאָרישער אַנטוויקלונג, ווי אַ נײַער רינג אין דער קייט וואָס רופֿט זיך געשיכטע.
עס איז זייער קלאָר, אַז ישׂראלס הויפּט־דאגה איז איראַן: ביז נישט לאַנג צוריק איז עס פֿאַרבונדן מיט די אַנטוויקלונגען אויף דעם איראַנישן נוקלעאַרן געביט. לעצטנס, זענען צוגעקומען די אַנטוויקלונגען פֿון איראַנס קאָסמאָס־פּראָגראַם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר פּרוּוו צו שיקן אַ סאַטעליט אינעם קאָסמאָס; אַ געביט, אין וועלכן עס זענען ביז איצט געווען נאָר 8 לענדער, ישׂראל צווישן זיי. אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו.
אין גיכן וועט מען קענען זען אַנאַבעלאַן, די פֿירנדיקע אַקטריסע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, אין דער ראָלע פֿון מאַדאַם ראָזען אין "ווער איז ווער" — די נײַע פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער, לויט סאַמי גראָנימאַן, דער באַוווּסטער מחבר פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע "שלמה־המלך ושלומי הסנידלר". ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די זאַפֿטיקע קאָמישע ראָלע פֿון דער האָטעל־באַלעבאָסטע, איז וווּנדערלעך צוגעפּאַסט צו דעם פֿילפֿאַרביקן כאַראַקטער פֿון דער שוישפּילערין. ווי עס דריקט זיך אויס שמואל עצמון: "צוגעפּאַסט פּונקט צו דער מאָס". |
|





















קהילה־לעבן