User loginSearch |
עס איז אָנגענומען אין דער דעמאָקראַטישער וועלט, אַז יעדע נײַע רעגירונג געניסט פֿון אירע "ערשטע הונדערט טעג פֿון חסד" בײַ דער "מעדיאַ" — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּובליציסטיק, און בײַ דער "עפֿנטלעכער מיינונג", וועמען די פּובליציסטיק באַדינט. בײַ אונדז איז דאָס געוואָרן סײַ אַ מיטאָס און סײַ אַ ריטואַל. די ערשטע הונדערט טעג זענען די טעג פֿון דעם עפנטלעכן עקזאַמען, וועלכן די רעגירונג דאַרף אַדורכמאַכן, כּדי צו באַקומען דעם "הכשר" פֿון איר עפֿעקטיווקייט און אויסטויגעוודיקייט — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק — אין איר פֿאַרמעסט מיט די לויערנדיקע געפֿאַרן פֿון דער ווירקלעכקייט. טוט נאָר אַ קוק, רבותי, דאָס וווּנדערלעך פֿאָלק וואָס מיר ייִדן זענען! הונדערטער יאָרן לאַנגע, ווײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, איז גלײַך, ווי ס׳האָט זיך געעפֿנט פֿאַר אונדז אַ שפּאַרונקע פֿון אַ מעגלעכקייט, האָבן מיר גענומען באַלד טועם זײַן פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור. און אַז מיר האָבן פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון איר ליטעראַטור, קונסט און מוזיק, דאָ האָט פֿונעם ייִדיש־פֿאַרשלאָסענעם קוואַל אַ שפּאַר געטאָן אַ כּוח טאַלאַנטן וואָס האָט אין דער וועלט אַרויסגערופֿן התפּעלות!
שוין צוואַנציק יאָר גיט דער סאַברע ישׂראל טרייסטמאַן אָפּ זײַן נשמה דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, און איצטער זעט ער די ברכה אין זײַן פֿיל־יאָריקער אַרבעט. צו די 50 יאָר, נאָך זײַן לעבנסראָלע זיגמונד, דעם שארית־הפּליטה אין דער פֿאָרשטעלונג "קינדער פֿון שאָטן", דערגרייכט טרייסטמאַן נאָך אַ שטאַפּל, ווען שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, קלײַבט אים אויס, צוזאַמען מיט יעקבֿ באָדאָן, צו באַנײַען די פּיעסע "די קליינע מענטשעלעך", מיט הומאָריסטישע און סאַטירישע פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכם.
(סאָביבאָר, קליוולענד, ירושלים, קליוולענד, מינכן) עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא אויב כ׳וועל זאָגן, אַז אין משך פֿון אַ וועלכע צוויי־דרײַ טעג האָבן מיר פֿון נאָענט און גאַנץ ווײַט געקלונגען ניט ווייניקער פֿון צען מענטשן און אין טעלעפֿאָן־טרײַבל איבערגעחזרט אַזאַ פֿראַגע: — איר האָט שוין געהערט? און ווי מיינט איר, דאָס מאָל וועט דעמיאַניוק באַקומען וואָס אים קומט?
אין משך פֿון איין טאָג — דעם 26טן מײַ 2009 — איז ייִדיש געווען די מדינה־שפּראַך אין ישׂראל. אַזוי איז אויסגעקומען. מ’האָט זי געצערטלט, זי באַשאָנקען מיט לויבגעזאַנגען ביזן הימל און זי דערהויבן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַן אויסגעוויילט לשון. אין מיטן דעם שטראָם פֿון צוקער־זיסע ווערטער האָט זיך געוואָלט אויסשרײַען: נישט קיין לויבווערטער זײַנען מיר אויסן, אַלץ וואָס איר קאָנט זאָגן וועגן ייִדיש ווייסן מיר פֿון אויסנווייניק אַליין, לאָמיר רעדן תּכלית — וואָס זענט איר גרייט צו טאָן לטובֿת ייִדיש?ווי אַזוי קענט איר דערגרייכן, אַז מיט דער שפּראַך וואָס איר אַליין באַצייכנט ווי אַן אוניקום, וואָס האָט נישט זײַנס גלײַכן אין דער וועלט זאָל טאַקע געשען דער נס פֿון ווידער־אויפֿלעבונג?
יעדעס מאָל, ווען איך באַזוך ראָש־פּינה (ווינקלשטיין), פֿאַרפֿעל איך ניט זיך אַרײַנצוכאַפּן, כאָטש אויף עטלעכע שעה, אין דער דאָרטיקער, לאָקאַלער ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך אין איינעם פֿון אירע אַלטע הײַזער. אויף אירע ביכער־פּאָליצעס און אין איר רײַכן אַרכיוו, קען מען געפֿינען אַ שלל מיט היסטאָרישע דאָקומענטן און כראָניק, וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער קאָלאָניע, וואָס איז שוין הײַנט כּמעט "אַ עיר־ואם־בישׂראל" — אַ שפּרודלדיק, דינאַמיש שטעטל. אַ באַגעגעניש צווישן צוויי מלוכישע מנהיגים "אונטער פֿיר אויגן" איז געוויינטלעך אַ טראַדיציאָנעלער פּאָליטישער ריטואַל, וועלכער ווערט, פֿאָרמעל, נישט פּראָטאָקאָלירט, און אויף וויפֿל די צדדים זענען אין דעם פֿאַראינטערעסירט, בלײַבט זײַן אינהאַלט אַן אייביקער סוד; טאַמער איז אָבער איינער פֿון זיי "נישט געוווינט" צו האַלטן וואָרט, קען עס אויך ווערן אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישע כּוונות. דער באַזוך פֿון פּויפּסט בענעדיקטוס דעם 16טן אין ישׂראל פֿון 11טן ביזן 15טן מײַ איז געווען באַגלייט מיט אַ סך קריטיק און פּאָלעמיק אַרום זײַן פּערזענלעכקייט. בענעדיקטוס דער 16טער איז איינער פֿון די אַממערסטן קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך. ער איז קעגן אַבאָרטן, קעגן די האָמאָסעקסועלע און בכלל קעגן דער גלײַך־באַרעכטיקונג פֿון פֿרויען. אָבער נישט די דאָזיקע אָנשויונגען האָבן אַרויסגערופֿן פֿאַרשיידענע דעבאַטן אַרום זײַן באַזוך. עס האָט אַמאָל אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט געפֿרעגט זײַנעם אַן ענגלישן פּען־קאָלעגע, הלמאַי די ענגלענדער רעדן אַזוי פֿיל וועגן וועטער בײַ יעדער באַגעגעניש און בײַ יעדער געלעגנהייט — און זיי טוען גאָרנישט כּדי דאָס וועטער צו ענדערן? האָט אים דערויף דער ענגלישער זשורנאַליסט געענטפֿערט — און גראָד לויטן ייִדישן שטייגער — מיט אַ פֿראַגע אויף אַ פֿראַגע: און ווי קומט עס, אַז בײַ אײַך אין ישׂראל איז מען טאָג און נאַכט באַשעפֿטיקט מיט פּאָליטיק — און עס ווערט אָבער גאָרנישט געטאָן אַז די פּאָליטיק זאָל זיך אַמאָל ענדערן?
באַשיידן־בכּבֿודיק איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם תּל־אָבֿיבֿער אַרבעטער־רינג דער הײַיאָריקער דערמאָנונגס־טאָג פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשווער געטאָ. כּמעט נישט נייטיק אונטערצושטרײַכן די דערמאָנטע כאַראַקטער־שטריכן; אייגנטלעך, זײַנען זיי דאָך די בולטסטע אייגנשאַפֿטן פֿון אָט דער דערפֿאַרענער באַוועגונג. אָן דער אָנוועזנהייט פֿון ספּעציעלע געסט, זײַנען געקומען צום אויסדרוק טאַקע אירע אייגענע סאַמע עיקרדיקע פֿאָרשטייער, אין שפּיץ מיט שורע גרינהויז־טורקאָוו, וועלכע האָט מיט איר באַקאַנטער פֿעיִקייט אָנגעפֿירט מיט דער טרויער־פֿאַרזאַמלונג. אָנהייבנדיק פֿון דעם 1טן אַפּריל, ציילט זיך די קאַדענץ פֿון דער נײַער רעגירונג, די 32סטע לויט דער ריי אין די 61 יאָר פֿון דער מדינה, און די צווייטע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ביבי נתניהו. אָנגעזעטיקטע מיט דערפֿאַרונג פֿון די אַלע יאָרן, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל זיך שוין צוגעוווינט אָנצוהייבן, מיטן געבורט פֿון דער רעגירונג, דאָס ציילן אירע טעג אויף צוריק, ביז צום טאָג פֿון איר פֿאַרקירצטן לעבן — ווי עס וואָלט איר שוין אַזוי געווען באַשערט צו פֿאַרענדיקן איר קאַדענץ פֿאַר דער צײַט.
מיר האָבן זיך מיט אַ יאָר צען צוריק צופֿעליק געטראָפֿן אויף אַן אויטאָבוס־סטאַנציע אין רחובֿות. לאַנג באַדאַרפֿט וואַרטן. און פֿאַרשטייענדיק, אַז מיר זײַנען ביידע עולים, פֿאַרפֿירט אַ שמועס: פֿון וואַנען קומט אַ ייִד, ווי גייט אײַך דאָ, וואָס טוט איר. אייגנטלעך איז דאָס ניט געווען קיין פּשוטער שמועס, ווײַל מיר האָבן גלײַך אויפֿגעקלערט, אַז מיר ריידן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. מײַנע שפּראַכן — ייִדיש, רוסיש, פּויליש — האָט דער ייִד ניט געקענט. העברעיִש האָבן מיר נאָך ביידע ניט געהאַט באַהערשט. |
|




















קהילה־לעבן