User loginSearch |
אין "פֿאָרווערטס" פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט דאָס בילד פֿון די מיניסטאָרן אין דער נײַ־געשאַפֿענער רעגירונג פֿון ישׂראל, און אונטער דעם בילד די צושריפֿט: פּרעזידענט שמעון פּערעס, פּרעמיער בנימין נתניהו און "דער גאַנצער מיניסטאָרן־קאַבינעט". דאָס איז אָבער נישט געווען פּינקטלעך, היות ווי אויף דעם בילד געפֿינען מיר נאָר 20 מיניסטאָרן, דהײַנו בלויז צוויי דריטל פֿון דעם רעגירונגס־קאַבינעט.
פֿאַרקירצטע יאָרן זײַנען באַשערט געווען דעם וויכטיקן קולטור־אַנשטאַלט. ניט באַוויזן עפֿענען דעם אַרײַנגאַנג פֿאַרן עולם, ווי פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ פֿאַרבאָט־באַפֿעל. ווי באַוווּסט, האָבן די סטאַליניסטישע אינקוויזיטאָרן פֿון 1948 אָן גענומען ליקווידירן די ייִדישע קולטור און אירע טרעגער. כאָטש עס זײַנען פֿאַרבײַ 60 יאָר, קען איך ניט פֿאַרגעסן יענעם טראַגישן מאָמענט.
קאָלומב
דאָ פֿלעג איך זיך אָפּשטעלן אין די זאַמדן —
דאָ האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אין אָקעאַן —
דאָ אין הימל שטעל איך זיך אָפּ מיטן אַעראָפּלאַן
די ידיעה, אַז נאָך שווערע דעה־ראַנגלענישן פֿון דער פּראָקוראַטור איז ענדלעך דערלאַנגט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿער קרײַז־געריכט דער באַשולדיקונגס־אַקט קעגן דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט וועגן שאַנד־אַקטן ביז פֿאַרגוואַלדיקונג — איז קורץ נאָך איר דערשײַנען גלײַך פֿאַררוקט געוואָרן אין אַ ווינקל און איז פֿאַראורטיילט געוואָרן אפֿשר צו צײַטווײַליקער פֿאַרגעסעניש — צוליב דער צענטראַלער אַנטפּלעקונג פֿון דער הײַנטיקער וואָך, אַז אַ גאַנצע פּאַרטיי איז געוואָרן באַצוווּנגען פֿאַר די אויגן פֿון דער וועלט.
דעם 20סטן פֿעברואַר איז אין "יד־ושם", ירושלים, דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "ברונאָ שולץ — וואַנט־מאָלערײַ אונטער צוואַנג". אין דער אויסשטעלונג זענען פֿאַראַן 3 וואַנט־מאָלערײַען, די לעצטע דרײַ שאַפֿונגען פֿון ברונאָ שולץ פֿאַר דעם, ווי ער איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך אַן עס־עס־אָפֿיציר דעם 19טן נאָוועמבער 1942. די דאָזיקע מאָלערײַען ווערן אַרויסגעשטעלט פֿאַר אַן עולם צום ערשטן מאָל. בײַ דער געלעגנהייט איז אין "יד־ושם" אונטערגעשריבן געוואָרן אַ הסכּם צווישן דעם וויצע־דירעקטאָר און פֿאָרזיצער פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר צענטראַל־אייראָפּע בײַם אויסערן־מיניסטעריום און דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון אוקראַיִנע אין ישׂראל, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון וויצע־פּרעמיער־מיניסטער פֿון אוקראַיִנע.
מ’האַלט אין איין רעדן בײַ אונדז וועגן די קירצונגען פֿאַר קונסט־אונטערנעמונגען, וואָס די ישׂראל־רעגירונג האָט בדעה אײַנצופֿירן, אָדער האָט זיי שוין אײַנגעפֿירט. דער איבערצײַגנדיקסטער תּירוץ: דער פֿינאַנציעלער וועלט־קריזיס, וואָס דערפֿירט דערצו, אַז אַלע מעגלעכע פּראָטעסטן זאָלן פֿאַרשוויגן ווערן, גלײַך ווי דאָס וואָלט געווען אַ גאָטס־זאַך און קעגן דעם האָט מען סײַ־ווי נישט וואָס צו טאָן. דאָס אַלץ איז אמת, ביז עס קומט צו דער טעמע טאַנץ, אָט דער קונסט־אויסדרוק פֿאַרנעמט בײַ אונדז די מיזרח־וואַנט אָדער, ווי מ'זאָגט עס מיט פּשוטע ווערטער — דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. פּורים, וואָס איז איינער פֿון די צוויי פֿריילעכסטע ימים־טובֿים אין יאָר, איז אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל נישט אַלע מאָל געווען אַ פֿריילעכער טאָג. אַזוי אויך נישט דער הײַיאָריקער, כאָטש די קינדער און עמך, האָבן מקיים געווען די מיצווה פֿון מרבים בשׂימחה. אין הײַנטיקן טאָג פֿון פּורים איז אויך אויסגעפֿאַלן, לויטן "גוייִשן" קאַלענדאַר, דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג, וואָס האָט דאָס מאָל געבראַכט אַ "גוטע בשׂורה", אין מײַן פֿריִערדיקער נאָטיץ ("פֿאָרווערטס", 30.01.09) האָב איך דערציילט, אַז עס איז ניט באַשערט געווען, אַז די מלחמה זאָל זיך ענדיקן נאָך אין יולי 1944. קאָוונע, אָנהייב 1941. די פּאָליטישע אַטמאָספֿער אין אייראָפּע איז זייער געשפּאַנט. נאַצי־דײַטשלאַנד נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּוילן איז אין אַ קריגס־צושטאַנד מיט פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. די סאָוועטן האָבן נאָר וואָס פֿאַרענדיקט די מיאוסע אַגרעסיע קעגן פֿינלאַנד און באַשײַמפּערלעך באַוויזן, אַז זיי הינקען אונטער מיליטעריש.
גיי ווייס ווי אַזוי געשעט עס, נאָר דער פֿאַקט איז, אַז דער אײַכמאַן־פֿראָצעס האָט באַגײַסטערט אַמווייניקסטנס צוויי בולטע ישׂראל־דראַמאַטורגן צו שאַפֿן, יעדער איינער באַזונדער, צוויי וויכטיקע דראַמעס אין צוזאַמענהאַנג טאַקע מיט אָט דער היסטאָרישער געשעעניש; דער ערשטער, הלל מיטלפּונקט, מיט דער דראַמע "אַנדאַ", (קאָמענטירט אין "פֿאָרווערטס"). אַנדאַ וויל אַרויסטרעטן ווי אַן עדות, כּדי איבערצוגעבן אירע שרעקלעכע איבערלעבענישן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער, די אויפֿסנײַ־געוויילטע כּנסת — די 18טע לויט דער ריי — איז דערעפֿנט געוואָרן הײַנטיקע וואָך מיט 31 נײַע דעפּוטאַטן — אַ פֿערטל פֿון איר פּלענום, און מיט 21 פֿרויען — אַ פֿינפֿטל פֿון אים; די גרעסטע צאָל פֿרויען אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת. דאַקעגן צו דער רעגירונג, וועלכע דאַרף איצט אויפֿקומען, איז בראָש פֿון איר נאָמינירט געוואָרן דורך דעם מדינה־פּרעזידענט דער אָנפֿירער פֿון "ליכּוד", בנימין נתניהו. נישט ווײַל ער רעפּרעזענטירט, ווי עס איז געוויינלעך אָנגענומען אין דער פּאַרלאַמענטאַרישער פּראַקטיק, די מוזיק־שול פֿון "בוכמאַן־מעטאַ" איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004. זינט דעמאָלט, האָט דער אַנשטאַלט דורכגעפֿירט נישט ווייניק אויפֿטוען, וואָס זײַנען ווערט מ'זאָל זיי באַצייכענען. מיר האָט דווקא דערוועקט צו שרײַבן וועגן דער מוזיק־שול קאָנצערט. אַ קאָנצערט? דאָס איז דאָך טאַקע דאָס ממשותדיקע פֿון אַ קאָנסערוואַטאָריע, דאָס איז דאָך איר צוועק און דער תּכלית פֿון איר עקזיסטענץ, איז וווּ שטעקט דאָ דער וווּנדער?
ווער האָט "געוווּנען" די וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען הײַנטיקע וואָך צו דער 18טער כּנסת? — האָבן געפֿרעגט די אײַנוווינער פֿון ישׂראל, וועלכע האָבן מיט נײַגער אָפּגעוואַרט די דערווײַליקע רעזולטאַטן פֿון די מאָדעל־ אורנעס, נאָך דעם ווי זיי זײַנען די גאַנצע צײַט פֿון דעם וואַל־יאַריד געשפּײַזט געוואָרן מיט די זיך בײַטנדיקע רעזולטאַטן פֿון די פּובליק־טעסטן פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג און האָבן שוין קיין באַזונדערע איבערראַשונג נישט דערוואַרט. |
|




















קהילה־לעבן