User loginSearch |
אַז מען זאָגט בײַ אונדז אין ישׂראל: "צאַנין", מיינט מען: ייִדיש; און אַז מען זאָגט: "ייִדיש" — מיינט מען צאַנין. די צוויי ווערטער, דער באַגריף און דער נאָמען, זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן אַנדערן אין אַ גאָרדישן קנופּ. זיי זענען, למעשׂה, איינס און דאָס זעלבע. איך בין צאַנינס אַ תּלמיד און אַ חסיד זינט איך בין, אין מערץ 1953 ווי אַ באַפֿרײַטער זעלנער נאָכן פֿאַרענדיקן מײַן דעמאָלט צוויי־יאָריקן מיליטער־דינסט און זוכנדיק אַרבעט, געקומען אין די "לעצטע נײַעס" פֿרעגן, אפֿשר האָבן זיי פֿאַר מיר עפּעס אַ צײַטווײַליקע טעכנישע אַרבעט אין דער רעדאַקציע.
אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט אָפּצומערקן דאָס דערשײַנען פֿונעם ראָמאַן "שבֿע שנים אַחרי" — זיבן יאָר שפּעטער — פֿון דר' אליהו סלע־סאַלדינגער. עס האָבן זיך באַטייליקט מיט באַגריסונגען און אָפּשאַצונגען: דער פֿאָרזיצער פֿון דער קולטור־געזעלשאַשפֿט מרדכי דוניץ, פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך און פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַנקאַ שמיר און דער מחבר אַליין. אליהו סלע איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל סערעט אין בוקאָווינע. זומער 1941, ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון בוקאָווינע און די רומענער האָבן איבערגענומען די מאַכט, האָט זיך אָנגעהויבן דער חורבן פֿון בוקאָווינער ייִדנטום.
מיט אַ צײַט צוריק איז אין פּאַריז אַוועק פֿון דער וועלט דער ייִדישער קינסטלער יעקבֿ מאַרקעל — אַ מײַסטער פֿון פּאָרטרעטן, פּייסאַזשן און שטיללעבנס. לאָמיר, לשם הספּד, וועגן אים און זײַן קונסט, זאָגן אַ פּאָר ווערטער. עפּעס האָט דער קינסטלער מאַרקעל נישט געהאַלטן פֿון דער הײַנטצײַטיקייט. אַ מהלך ווײַט איז ער געווען פֿון די אַלע “איזמען" פֿון דער הײַנטצײַטיקער קונסט. זענען מיר, הייסט עס, דאָס אויך שוין איבערגעקומען. כ’מיין, די מלחמה, וואָס איז פֿאָרמעל נאָך אַלץ נישט געווען קיין מלחמה לויט די קריטעריעס פֿון מלוכישן אָדער מיליטערישן לעקסיקאָן, נאָר בלויז אַן "אָפּעראַציע" באַקרוינט מיטן נאָמען "געגאָסענער בלײַ". זי האָט אויך געדויערט "נישט מער" ווי 22 טעג, אָבער לויטן פֿאַרנעם פֿון דער צאָל קרבנות פֿון דעם אָנגעגריפֿענעם צד, פֿון דער פֿאַרוויסטונג און פֿון דער ברוטאַלקייט, וואָס ווערט שוין דאָ — אין דעם פֿאָלקס־לשון און אין דער פּובליציסטיק — אָנגערופֿן:
ווי קומט עס, אַז אַזאַ ייִד ווי איר, וואָס לעבט שוין איבער פֿופֿציק יאָר אין לאַנד, זאָל נישט האָבן קיין אייגענע שטוב, קיין "מגרש"* און קיין סטאַבילן דאַך איבערן קאָפּ?" — האָט אַ בּעל־הבּית פֿון אַ דירה געפֿרעגט דעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוון ווען דער איז געקומען צו אים וועגן דינגען אַ צימער, נאָך דעם ווי ער האָט געלייענט זײַן אַנאָנס אין דער צײַטונג. אַזוי דערציילט אונדז יוסף פּאַפּיערניקאָוו אין אַ געמיטלעכן שמועס, אין וועלכן ער רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן וועגן דעם גפּרל פֿון אַ ייִדישן דיכטער, וועלכער איז גוט באַקאַנט אין אַלע ייִדישע קרײַזן איבער דער וועלט. מײַן פֿאָריקן אַרטיקל ("פֿאָרווערטס", דעם 2טן יאַנואַר 2009), וועלכן איך האָב געשריבן אין פֿערטן טאָג פֿון דער לופֿט־"אָפּעראַציע" קעגן עזה, אַ טאָג פֿאַר דעם אַרײַנמאַרש פֿון די יבשה־כּוחות פֿון צה״ל אין "כאַמאַסטאַן", די צום געדיכטסטן באַפֿעלקערטע טעריטאָריע אויף דער וועלט —האָב איך פֿאַרענדיקט מיט דעם פֿאָלגנדיקן זאַץ, מיט וועלכן איך דערלויב זיך דאָ צו עפֿענען דעם הײַנטיקן אַרטיקל:
נישט וויכטיק ס’אָרט, אַבי ס’זאָל זײַן דאָ,
נישט קיין מאַסן האָבן געשטראָמט יענעם באַזונדערן שבת־צו־נאַכט אין "בית־לייוויק". ס'איז דאָרט צו שטאַנד געקומען דער "מאַראַטאָן פֿאַר ייִדישער פּאָעזיע".
מיר זײַנען שוין אין יאָר 2009 און מען וועט זיך ניט אַרומזען, ווי ס'וועט ווערן 20 יאָר, ווי מען איז אין לאַנד. קוקט זיך דער מענטש אַלץ אָפֿטער אום אויף דעם מהלך פֿון צײַט, וועלכן ער האָט דאָ דורכגעמאַכט און שפּינט זײַן חשבון־הנפֿש. דער אָנהייב... ווען אין מינוטן פֿון שאַרפֿער נאָסטאַלגיע נאָך דער נאַטור פֿון מײַן געוועזענעם היימלאַנד ליטע פֿלעגט זיך מיר ביז ווייטיק וועלן דורכגיין איבערן גרינעם טעפּעך —
צו איר 150סטער יאָרצײַט עליזאַ־רחל פֿעליקס (ראַשעל) איז דער ערשטער ייִדישער שטערן אין דער געשיכטע פֿון דער פֿראַנצויזישער בינע. ראַשעל האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער שפּיל פֿון טראַגעדיעס פֿון 17טן יאָרהונדערט. בײַ זיבעצן יאָר איז דאָס ייִדישע מיידל, ראַשעל, דערשינען צום ערשטן מאָל, אויף אַ פּרוּוו, אין נאַציאָנאַלן טעאַטער "קאָמעדי פֿראַנסעז", געשאַפֿן אויפֿן באַפֿעל פֿון מלך לויִ נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון; ישׂראל און דער מיטעלער מיזרח קענען שוין הײַנט קיינעם מיט גאָרנישט איבערראַשן, און די וועלט קען אויך מיט גאָרנישט איבערראַשן ישׂראל. ווי זאָגן די פֿראַנצויזן? "דעזשאַ וווּ" — דעם פֿילם האָבן מיר שוין געזען. מיר קענען דאָס שוין פֿון פֿריִער. אַלץ וואָס עס געשעט בײַ אונדז די טעג אין דער מלחמה אין עזה־פּאַס, געשעט אין לאַנד שוין נישט צום ערשטן מאָל, נאָר מיר האָבן שוין פֿאַרגעסן דעם ביטערן טעם פֿון דעם פֿריִער געשעענעם און זײַנע פֿאָלגן.
דאַכט זיך, וואָס מיינט אַ ווינקל טעלערס און וואַזעס. קומט חגי שׂגבֿ (כאַגאַי סעגעוו), דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, אַליין אַ לייטער־קוראַטאָר פֿון ישׂראל־קונסט, ווי אויך אַ ראַטגעבער איבער אַרכעאָלאָגישע און אַרכיטעקטור־פּראָיעקטן, און שטעלט אײַן אַ סדר אויף דעם צעפּראַלטן קעראַמישן געביט. דווקא ווײַל דער קוראַטאָר קומט נישט פֿון דעם דאָזיקן צווײַג און האָט נישט קיין פּרעטענזיעס מ'זאָל אים אָננעמען ווי אַ געניטן קענער אין דעם ספּעציפֿישן קעראַמישן פֿעלד, האָט ער אין זײַנע ערשטע שריט נאָכן באַקומען די שטעלע, זיך גענומען פֿאַראינטערעסירן אין די קינסטלער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דעם. אויב די "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", כ’מיין, די תּושבֿים פון מדינת־ישׂראל, וואָלטן גענאָסן פֿון אַזוי פֿיל זאָרג און פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרזאָרגער אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר, ווי דאָס קומט פֿאָר איצט, אין די צוויי חדשים ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת — וואָלטן קיין וואַלן נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן יעדע אָנדערטהאַלבן, צוויי אָדער דרײַ יאָר, און עס וואָלטן נישט אויפֿגעקומען יעדעס מאָל קיין ספּעציעלע מלוכישע, יורידישע אָדער אַנדעראַרטיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס — צוליב די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון די מאַכט־אָרגאַנען, |
|






















קהילה־לעבן