User loginSearch |
גרוזינישע ווײַנען פֿאַרקויפֿט מען ניט, בדרך-כּלל, אין געוויינטלעכע מערבֿדיקע געשעפֿטן. אין ניו-יאָרק, לאָנדאָן, תּל-אָבֿיבֿ צי בערלין קען מען עס זייער גרינג קריגן אין די רוסישע קראָמען. האָב איך ניט לאַנג צוריק טאַקע געקויפֿט אַ פֿלעשל "קינזמאַראַולי" — איך האָב זיך דערמאָנט, אַז מיט אַזאַ ווײַן האָט מען זיך פּאָסמאַקעוועט אויף אונדזער חתונה, וואָס איז געווען אין מאָסקווע מיט אַריבער דרײַ יאָרצענדליק צוריק. אָבער איצט, נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס, איז געווען מאָדנע צו טרינקען דעם דאָזיקן ווײַן. עס האָט אַ טעם, וואָס איז זייער ספּעציפֿיש צי אַפֿילו אויסטערליש און איז אויסגערעכנט אויף די יחידי-סגולה וואָס האָבן עס ליב. ס'איז אַן אַלטע מעשׂה, צוגעטראַכט, אַ פּנים, דורך די מאַרקסיסטן, אַז דער פּראָסטער, אָרעמער המון רעאַגירט שאַרפֿער אויף די אַנטפּלעקונגען פֿון סאָציאַלן אומיושר. אמת, די זעלבע מאַרקסיסטן פֿלעגן שאַפֿן קרײַזלעך — גרופּקעס האָרעפּאַשניקעס בראָש מיט אַן אינטעליגענטן סאָציאַליסט, וועמעס פֿונקציע איז געווען צו דערקלערן דעם אומיושר. די דאָזיקע אינטעליגענטנע מענער און פֿרויען זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿון פֿאַרמעגלעכע צי אַפֿילו רײַכע משפּחות און האָבן געפֿילט דעם אומיושר מער טעאָרעטיש איידער פּראַקטיש. אַ סך פּאָליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס, בפֿרט אין אייראָפּע, האָבן גרינגער אָפּגעעטעמט נאָך דעם אַנומלטיקן באַשלוס פֿונעם טערקישן קאָנסטיטוציע-געריכט ניט צו פֿאַרבאָטן די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג", וואָס איז זינט 2002 דער רעגירנדיקער פּאָליטישער כּוח אין לאַנד. אָבער די טערקישע געזעלשאַפֿט בלײַבט צעטיילט צווישן דעם טראַדיציאָנעל-מוסולמענישן עולם און די וועלטלעכע, אייראָפּעיִזירטע לײַט, דער עיקר שטאָטישע, וועלכע האָבן מורא, אַז די רעליגיע שפּילט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין לאַנד, וווּ די קאָנסטיטוציע פֿאַרטיידיקט די סעקולערע ווערטן. מיט פֿינף חדשים צוריק, דעם 17סטן פֿעברואַר, האָט קאָסאָוואָ איינזײַטיק — דאָס הייסט אָן אַ הסכּמה מצד סערביע — פּראָקלאַמירט, אַז עס האַלט זיך פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד. אַזאַ באַשלוס איז אונטערהאַלטן (און אַפֿילו סטימולירט) געוואָרן דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע און אַ צאָל אַנדערע מדינות. עד-היום האָבן אַריבער פֿערציק לענדער אָנערקענט דעם דאָזיקן אַקט. אין דער דאָזיקער צאָל גייען אַרײַן 20 פֿון די 27 מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. ניט לאַנג צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ באַיאָרנטן פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנקרײַך, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע און האָט ניט פֿאַרגעסן זײַן מאַמע-לשון. פּלוצעם האָט ער אַ זאָג געטאָן אויף רוסיש: Если враг не сдается – его уничтожают! ("אויב דער שׂונא קאַפּיטולירט ניט —פֿאַרניכטעט מען אים!") און ער האָט דערקלערט, אַז דער דאָזיקער סאָוועטישער לאָזונג האָט זיך אין זײַן זכּרון אײַנגעקריצט, ווײַל די דאָזיקע ווערטער זײַנען געשטאַנען געשריבן אין אַ סך ערטער פֿון זײַן היים-שטעטל, ווען אַהין איז אַרײַן די רויטע אַרמיי בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. רומעניע שאַפֿט ניט ווייניק קאָפּווייטיקן פֿאַר אַנדערע לענדער. למשל, דורך שאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿאַר בירגער פֿון אַנדערע לענדער צו באַקומען רומענישע פּעסער. צוליב דעם מוזן די אויסלענדער צי זייערע עלטערן (צי אַפֿילו די עלטערן פֿון זייערע עלטערן) שטאַמען פֿון רומעניע. די בעלנים צו האָבן אַ רומענישן פּאַס דאַרפֿן אויך קענען רומעניש. אויף אַזאַ אופֿן מעגן ווערן רומענישע בירגער הונדערטער טויזנטער מאָלדאָוואַנער, אוקראַיִנער (בפֿרט פֿון בוקאָווינע), ווי אויך ישׂראלים וכ׳. דער סאַודיער מיניסטער פֿון נאַפֿט, שייך אַלי אַל־נואַמי, האָט לעצטנס, בשעת אַ צוזאַמענטרעף פֿון די "אָפּעק"-לענדער, אַ זאָג געטאָן: "געדענקט, אַז די שטיין-תּקופֿה האָט זיך פֿאַרענדיקט ניט ווײַל דער פֿאַרצײַטיקער מענטש האָט אויסגעשעפּט דעם קוואַל פֿון שטיינער". דאָס איז געווען אַן ענטפֿער אויף די פֿאָדערונגען אויסצואַרבעטן מער נאַפֿט. דער געדאַנק איז געווען אַ קלאָרער, דהײַנו: מע דאַרף זוכן סובסטיטוטן פֿאַר נאַפֿט. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך זיך אינטערעסירט מיט אַ ייִדישן שרײַבער, וועגן וועלכן מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען זייער ווייניק אינפֿאָרמאַציע. אין עפּעס אַ מאָמענט האָב איך זיך דערפֿרייט, ווען אין אינטערנעץ איז אויסגעשוווּמען דער נאָמען פֿונעם שרײַבערס זון, אַן אַמעריקאַנער קינסטלער. אָבער קיין סך נחת האָט מיר דער קאָנטאַקט ניט געבראַכט — דער שרײַבער האָט זיך געגט מיטן קינסטלערס מוטער, ווען יענער איז נאָך געווען אַ קליין קינד, אַזוי אַז קיין צוגאָב-אינפֿאָרמאַציע האָב איך ניט באַקומען. אַגרעסיווקייט איז אַ סימן-מובֿהק פֿונעם איצטיקן רוסלאַנד. די פּאָליטיקער גרויסן זיך אַפֿילו מיטן איבערנעמען בירושה די מיליטאַנטישקייט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע און פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע מאַכט אַ וועזן פֿון יעדן נצחון אין ספּאָרט און קולטור, כּדי אונטערוואַרעמען די נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן פֿונעם פֿאָלק. מע האָט געוווּנען אין דעם וועלט-טשעמפּיאָנאַט אין האָקי (צום ערשטן מאָל אין משך פֿון די לעצטע 15 יאָר) — אַ יום-טובֿ! די פּעטערבורגער פֿוטבאָל-קאָמאַנדע "זעניט" האָט געוווּנען אַ וויכטיקן אייראָפּעיִשן פּריז — ווידער אַ מאָל יום-טובֿ, אַן עקספּערימענט אין די ניו-יאָרקער שולן געפֿינט זיך איצט אין פֿאָקוס פֿון פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און פּעדאַגאָגן. דער עקספּערימענט כאַפּט אַרום 6,000 אָרעמע שוואַרצע און היספּאַנישע תּלמידים. דער אײַנפֿאַל איז אַזאַ: אַ תּלמיד קען פֿאַרדינען ביז 250 דאָלאַר אַ יאָר, טאָמער דאָס קינד ווײַזט גוטע רעזולטאַטן אין לערנען. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט פֿאָרגעלייגט ראָלאַנד פֿרײַער, אַ 30־יאָריקער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿון האַרוואַרד-אוניווערסיטעט. |
|















קהילה־לעבן