פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צו דער צײַט, ווען ס׳וועט אַרויסגיין דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס", וועט רוסלאַנד שוין האָבן דעם נײַעם פּרעזידענט — דמיטרי מעדוועדיעוו. איך שרײַב עס פֿריִער פֿונעם 7טן מײַ, דעם טאָג פֿון איבערלייגן די לייצעס פֿון וולאַדימער פּוטינס הענט. אָבער גאָר ניט אַלע לייצעס וועט ער אָפּגעבן, ווײַל זייער אַ סך מאַכט פֿאַרבלײַבט בײַ אים: ער וועט קאָמאַנדעווען מיט דער רעגירונג, ער וועט אָנפֿירן מיט דער פֿירנדיקער פּאַרטיי "פֿאַראייניקט רוסלאַנד" (אָן ווערן איר מיטגליד!), און ער איז די פּאָפּולערסטע פּערזענלעכקייט אין לאַנד.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חב״ד־באַוועגונג, די איינציקע וואָס זוכט הײַנט־צו־טאָג צוצוציִען וואָס מער ייִדן, איז זייער אַקטיוו צווישן דעם רוסיש-רעדנדיקן עולם. דאָס קען מען זען אַפֿילו אין ניו-יאָרק. ערבֿ און בעת די יום-טובֿים ווערט די גאַנצע געגנט פֿון ברײַטאָן-ביטש פֿאַרפֿלייצט מיט יונגע חב״דני­קעס און חב״דניצעס, וואָס רעדן צו די פֿאַרבײַגייער אַן ערך אַזוי ווי עס טוען אויף די גאַסן אַזעלכע זאַכן די פּירסום-פֿאַרשפּרייטער פֿון כּלערליי מינים סחורה.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לעאָניד נעווזלין

אַלע, וואָס הערן זיך און קוקן זיך צו צו די גע­שעע­נישן אין ייִדישע אַקאַדעמישע קרײַזן אין דעם געווע­זענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָבן די טעג גרינגער אָפּגעאָטעמט: דער "אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט" אין פּע­טערבורג האָט באַקומען אַ דערלויבעניש זיך אומ­צוקערן אין זײַן לאָקאַל. עטלעכע חדשים האָט די דאָזיקע לערן-אינ­סטיטוציע געטרייסלט דער באַשלוס צו פֿאַר­מאַכן דעם לאָקאַל, ווײַל דער בנין, אויפֿגע­בויט מיט יאָרהונדערטער צוריק, האָט, כּלומרשט, ניט אָפּגעשפּיגלט די הײַנטיקע תּקנות פֿון פֿײַערלעשער.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ סטודענט, וואָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-אַרבעט אין ניו-יאָרק, אָבער ער איז ניט געווען זיכער, צי ער וועט קענען זיך דערלויבן דעם לוקסוס פֿון צאָלן אַזש טויזנט דאָלאַר אַ חודש פֿאַר אַ דירהלע, בשותּפֿות מיט אַן אַנדער סטודענט. דער געוועזענער ניו-יאָרקער גובערנאַטאָר עליאָט ספּיצער האָט, בלי-ספֿק, אַן אַנדער סקאַלע פֿון לוקסוס.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד האָט איר "פֿאָטער" — מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. אָבער גאָרבאַטשאָוו וואָלט ניט געקומען צו דער מאַכט אָן דעם "זיידע" — יורי אַנדראָפּאָוו. איצט ווייסן מיר שוין, אַז דער דאָזיקער לאַנג־יאָריקער פֿירער פֿון דעם סאָוועטישן "קאַ-גע-בע" (אָדער ווי די ענגליש-רעדנדיקע זאָגן עס "קיי-דזשי-בי") און, נאָך לעאָניד ברעזשנעווס טויט, דער פֿירער פֿון דער מלוכה אין משך פֿון 15 חדשים, איז געווען אַ 100־פּראָצענטיקער ייִד. דאָס הייסט, אַז ביידע זײַנע עלטערן זײַנען געווען ייִדן. אמת, חוץ דער דאָזיקער ביאָלאָגישער פֿאַרבינדונג, האָט ער קיין שײַכות צו ייִדישקייט ניט געהאַט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאָנטיק האָט זיך אין רוסלאַנד אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע וואַל-קאָמפּאַניע, כאָטש יעדעס קינד ווייסט שוין, אַז דער קומענדיקער פּרעזידענט וועט בלי-ספֿק זײַן דמיטרי מעדווע­דיעוו. קיין אַנדער סך-הכּל פֿון די פּרעזידענטישע וואַלן דעם 2טן מאַרץ קען פּשוט ניט זײַן. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין דעם נאָך-קאָמוניסטישן רוסלאַנד: באָריס יעלצין האָט איבער­געגעבן די לייצעס וולאַדימיר פּוטינען, און פּוטין גיט איצט איבער די זעלבע לייצעס אין די הענט פֿון דמיטרי מעדווע­דיעוו.

פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Omer Bartov. Erased:
Vanishing Traces of Jewish Galicia in Present—Day Ukraine.
Princeton University Press, 2007.
עומר ברטובֿ. אויסגעמעקט׃
נעלם־ווערנדיקע שפּורן פֿון ייִדישער גאַליציע אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. פּרינסטאָן יוניווערסיטי פּרעס, 2007.

עומר ברטובֿ איז אַ באַקאַנטער הורבן־היסטאָריקער. אַ געבוירענער אין ישׂראל, איז ער שוין לאַנגע יאָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין בראַון־אוני­ווערסיטעט אין אַמעריקע. די דאָזי­קע צוויי אומשטאַנדן זײַנען וויכטיק, כּדי צו פֿאַר­שטיין זײַן אינטערעס אין דער פּראָ­בלעם פֿון היסטאָרישן זכּרון, וואָס ווערט באַהאַנדלט אינעם בוך. אויפֿגעהאָדעוועט אין דער ציוניסטישער סבֿיבֿה, וווּ די על­טערן האָבן ניט געוואָלט רעדן וועגן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן עבֿר אַפֿילו מיט די אייגענע קינדער, האָט ברטובֿֿ בײַ זיך אַנט­וויקלט אַן אינטערעס צו דער דאָזיקער "סודות­דיקער" טעמע ערשט אין אַמעריקע.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע פֿײַערט איצט 40 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער באַ­וועגונג פֿאַר סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. ס׳איז צונויפֿגע­פֿאַלן מיט דער דאַטע, אַז מע האָט פֿון די סאָוועטישע אַרכיוון אָקערשט אויסגעגראָבן אַן אינטערעסאַנטע סטאַ­טיסטיק מכּוח די ערשטע יאָרן פֿון דער עמיגראַציע.

אין די 1960ער יאָרן איז די ייִדישע עמיגראַציע נאָך גע­ווען אַ גאַנץ עקזאָטישע זאַך. די רייד איז געגאַנגען וועגן הונדערטער פֿאַלן, ווען די מלוכה האָט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון "יד-ושם" האָט מען געשיקט אַ פֿאַרבעטונג אין אוקראַיִנע. מע רופֿט קאָמפּעטענטע אוקראַיִנישע היסטאָרי­קער, זיי זאָלן קומען קיין ירושלים און זיך באַקענען דאָרטן מיט די אַרכיוו-מאַטעריאַלן מכּוח דער מערדערי­שער טעטיקייט פֿונעם גענעראַל ראָמאַן שוכעוויטש-טשו­פּרינקאַ — ער האָט אין די 1940ער יאָרן אָנגעפֿירט מיט דער אַזוי-גערופֿענער אוקראַיִנישער אויפֿשטאַנד-אַרמיי.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב די אַמעריקאַנער וואַלן קען מען פֿאַרגלײַכן מיט אַ לאַנגער טראַגישער טעאַטראַלער פֿאָרשטעלונג, שטעלן מיט זיך פֿאָר די רוסישע וואַלן, וועלכע דאַרפֿן געהאַלטן ווערן דעם 2טן דעצעמבער — אַ פֿריילעכן צירק, אַ מין קאַרנאַוואַל; דערצו אין אַ סאָוועטישן נוסח.

וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, דער רוסישער רעוואָלוציאָנער פּאָעט-טריבון, וואָס האָט געהאַט אַ סך חסידים און עפּי­גאָנען צווישן די ייִדישע ליטעראַטן, האָט מיט אַכט יאָרצענדליק צוריק אָנ­געשריבן אַזעלכע פּאָעטישע שורות: "מיר זאָגן לענין און מיינען די פּאַרטיי, מיר זאָגן די פּאַרטיי און מיינען לענין".