 |
מאָריס (משה) גרודה איז אַ טאָראָנטער תּושבֿ זינט 1948 און אין משך פֿון די קנאַפּע זעקס צענדליק יאָר האָט ער זיך דערוואָרבן אַן אָנגעזען אָרט אין היגן ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכן לעבן ווי אַ געשעפֿטסמאַן און נדבֿן, און פֿאַר אַלעם — אַ וואַרעמער ייִד. פֿון זײַנע יונגע יאָרן אָן האָט ער אַרויסגעוויזן אַ נייגונג צו שרײַבן; זײַנע לידער און אַרטיקלען ווערן אָפֿט פֿאַרעפֿנטלעכט אין ניו־יאָרקער "אַלגעמיינעם זשורנאַל".
אַצינד, אין מיטן 2006, איז אַרויס אַ בוך וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשער אָקופּאַציע אין פּוילן אין 1939 און די יאָרן פֿון וואָגל־און־וואַנדער איבער די ווײַטן פֿון סאָוועטן־רוסלאַנד. זײַן מעמואַר האָט משה גרודה געשריבן אין ייִדיש און עס איז איבערגעזעצט און רעדאַקטירט געוואָרן אין ענגליש דורך פּראָפֿ׳ אַדאַם פֿירסטענבערג, דעם געוועזענעם דירעקטאָר פֿון טאָראָנטער חורבן־צענטער. דאָס בוך פֿון 265 זײַטן, אין ווייכן אײַנבאַנד, טראָגט דעם נאָמען "שפּיצלעך פֿון גורל (אַנטלויף, אויסהאַלטונג און רעטונג, 1939—1945)" — "Tricks of Fate (Escape, Survival and Rescue 1939—1945)".