ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יאַנקל־פּרץ בלום אין זײַן צימער
טייל לייענער וועלן אפֿשר געדענקען מײַן אַרטיקל, געדרוקט אינעם חודש־זשורנאַל "ווײַטער" וועגן דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ "ייִדיש־הויז" אויף דער אַפּער־וועסט־סײַד פֿון מאַנהעטן. דאָס איז געווען נאָך אין יאָר 2007. זיצט איר, מסתּמא, ווי אויף ברענענדיקע קוילן, אומגעדולדיק צו הערן, צי דער חלום איז טאַקע מקוים געוואָרן, צי נישט. הײַנט קום איך, סוף־כּל־סוף, אײַך צו באַרויִקן און אַרויסצוגעבן פֿאַר דער וועלט, אַז דער נס איז טאַקע געשען: דאָס "ייִדיש־הויז" איז דאָ! אמת, עטלעכע יאָר האָט זיך גאָרנישט געטאָן, דער עולם איז געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט און געוואַרט אויף משיחן. אָבער אין יאָר 2010 האָבן דרײַ יונגע ייִדישיסטן גענומען די איניציאַטיוו אין זייערע הענט און געדונגען אַ דירה צוזאַמען, און טאַקע אויף דער אַפּער־וועסט־סײַד, נישט ווײַט פֿון דעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. יאַנקל־פּרץ בלום, לאה בלום, און נפֿתּלי איידלמאַן — אַלע נאָך אין די 20ער — האָבן באַשלאָסן צו רעדן נאָר ייִדיש אין דער היים, ווי ווײַט מעגלעך, און אַזוי שאַפֿן דאָס ערשטע "ייִדיש־הויז" זינט אַ היפּש ביסל יאָרן. (פֿאַרשטייט זיך, צום ערשטן מאָל געמאַכט פֿון ייִדישיסטן; פֿון חסידים זײַנען דאָ הונדערטער, טויזנטער "ייִדיש־הײַזער".)
יאַנקל־פּרץ איז דעמאָלט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף", און נפֿתּלי האָט געהאַלטן בײַם אַנטוויקלען דעם "ייִדיש־פֿאַרם"־פּלאַן (וואָס איז, דרך־אַגבֿ, אויך מקוים געוואָרן, און אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב) — אָבער זייער "ייִדיש־הויז" אַליין איז געווען אַ פּריוואַטע איניציאַטיוו, ניט פֿאַרבונדן פֿאָרמעל מיט קיין שום אָרגאַניזאַציע. אַלץ האָבן זיי געטאָן מיט די אייגענע כּוחות און די אייגענע באַשיידענע מיטלען. צופֿעליק האָט זיך אַנטדעקט, אַז אין דעם זעלבן בנין מיט יאָרן צוריק, האָט אויך געוווינט באַראַק אָבאַמאַ, דעמאָלט אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. די ייִדיש־הויזניקעס האָבן אין דעם גלײַך דערזען אַ השגחה־פּרטית, אַז זייער פּלאַן וועט זײַן געבענטשט מיט הצלחה.

יונגע שטימען

ווי אַ סך ייִדישיסטן, האָב איך אַ נייגונג צו אַלטע־לײַט. די יונגע־לײַט און קינדער האָב איך ניט פֿײַנט, חלילה, נאָר אַלטע־לײַט האָבן אַ ספּעציעלן חן און חכמה וואָס עס פֿעלט דעם יונגן דור. דערצו זײַנען זיי, געוויינטלעך, אַ סך שטילער ווי די יוגנע־לײַט — זיי שפּילן ניט קיין הויכע מוזיק, זיי הוליען ניט ביז שפּעט אין דער נאַכט. אַז מען וווינט לעבן אַלטע־לײַט, האָט מען מנוחה.

ווען איך בין אָנגעקומען שטודירן אין מינעאַפּאָליס, האָב איך עטלעכע חדשים געוווינט לעבן הוליאַקעס און לעביונגען — "פֿרעטבויס" בלע״ז — אין אַ געגנט ניט ווײַט פֿונעם אוניווערסיטעט, וואָס הייסט "דינקיטאַון." פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם ערשטן זמן בין איך זייער ווייניק געשלאָפֿן. דערנאָך האָב איך געוווינט עטלעכע חדשים אין אַ חורבֿה אין אַן אָרעמען קוואַרטאַל, וווּ עס הענגען אַ סך שילדן, ווי למשל אַזאַ: "דאָס איז אַ נאַרקאָטיק־פֿרײַע געגנט" — דערפֿון קען מען דרינגען, אַז מע פֿאַרקויפֿט דאָרט נאַרקאָטיק אויף יעדן ראָג. איך האָב געוווינט אין מײַן חורבֿה אין גאַנצן אַליין, סײַדן די ווילדע וועווריקעס, וואָס האָבן פֿאַר זיך געמאַכט אַ היים אין מײַן דאַך און ניט געלאָזט שלאָפֿן בײַ נאַכט.

אין דרויסן אויף דער גאַס איז געווען אַ גוואַלדיקער רעש פֿון אַ קאָנוווי משׂא־אויטאָס, טאַנקען און סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געפֿאָרן צו דער נאָענטער מיליטערישער הויפּט־קוואַרטיר. אָבער צוליב די דיקע ווענט און די פֿעסט־פֿאַרריגלטע פֿענצטער, האָט מען אינעווייניק דעם רעש קוים געהערט. אָסאַמאַ איז געשלאָפֿן רויִק אין זײַן בעט, מיטן קאָפּ אײַנגעגראָבן אין אַ גרויסן, פּוכיקן קישן. ער וואָלט אַזוי געבליבן ליגן נאָך עטלעכע שעה, ווען נישט דער ריח פֿון שטאַרקער קאַווע, וואָס האָט אים געקיצלט אין די נאָזלעכער. מיס בין לאַדען איז שוין געווען אונטן, געשטעלט דעם טשײַניק און צוגעגרייט אַ געזונטן פֿרישטיק פֿאַר די בני־בית.

ליטעראַטור
לייזער בורקאָ

לייזער בורקאָ, אַ דאָקטאָראַנט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק, איז שוין 7 יאָר אַקטיוו אין דער "וועלט פֿון ייִדיש". אַ סטודענט פֿון די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן, איז ער אַריבער צו ייִדיש צוליב דער לינגוויסטישער קרובֿישאַפֿט און כּדי צו קענען רעדן מיט באָבע־זיידע, ווי אויך זיך צו באַקענען מיט ייִדישקייט בכלל. ער האָט דרײַ יאָר געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס" און באַטייליקט זיך ווײַטער אין דער "פֿאָלקסבינע־טרופּע", אַ גרופּע יונגע אַרטיסטן. ער און מרים־חיה סגל גרייטן צום דרוק אַ זאַמלונג פֿון נחום סטוטשקאָווס "מאַמע־לשון"־אַרטיקלען, ווי אויך אַ פֿאָרשטעלונג, באַזירט אויף סטושטקאָווס ראַדיאָ־דראַמעס. אַ צוהערער פֿונעם מײַסטער־קלאַס פֿון פּראָזע בײַ דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע.

אויף גיך קען מען ניט שרײַבן. שרײַבן נעמט צײַט. אַ שרײַבער דאַרף זיך אַוועקזעצן באַלד אין דער פֿרי, ערגעץ אין אַ וואַלד לעבן אַ שטיל טײַכל, ווען די ערשטע זונענשטראַלן באַלײַכטן דעם טאַנץ פֿון מיליאַסן פֿליגעלעך און דאָס האַרץ גייט אויס נאָך פּאָעזיע און ליבע צו דער שיינער וועלט. ווען די מוזע און די הייליקע נאַטור שעפּטשען אין אויער אַרײַן די סודות פֿון לעבן און פֿאַר די אויגן שטייען שליחים פֿון באַהאַלטענע פּלאַנעטעס, וואָס ס'קען זיי זען נאָר דער קינסטלער, דער נבֿיא, דער שאַפֿער.

געשיכטע
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אַנטיסעמיטישער פּלאַקאַט פֿון די איצטיקע נאַציאָנאַליסטן אין רוסלאַנד. אויפֿשריפֿט: "דאָס פּנים פֿון באָלשעוויזם קאָן נישט זײַן רוסיש"

נאָך לאַנג פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע האָבן די ייִדן געהאַט אַ שם פֿאַר פּאָליטישן ראַדיקאַליזם, לכל־הפּחות, זינט דעם מאָרד פֿון צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, אין וועלכן ס׳האָט זיך באַטייליקט איין ייִדישע פֿרוי. אין די פּאָגראָם־יאָרן 1881—1882, 1903—1906 און שפּעטער, 1917—1920, האָבן די פּאָגראָמשטשיקעס און די אַנטיסעמיטישע פּרעסע געטענהט, אַז ייִדן זײַנען אַ פֿינפֿטע קאָלאָנע אין דער רוסישער אימפּעריע און ווילן אונטערגראָבן אירע יסודות:

רעליגיע, פּערזענלעכקײטן
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ליטווישע מוסר־באַוועגונג, געשאַפֿן פֿון ר’ ישׂראל סאַלאַנטער, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. כאָטש ער אַליין האָט געהערט צו דער טראַדיציאָנעלער, פֿרומער וועלט, זעט מען קלאָר אין זײַנע טעאָריעס די מאָדערנע באַגריפֿן, וואָס האָבן זיך אײַנגעבירגערט. ער לאָזט זיך בעסער פֿאַרגלײַכן מיט ר׳ שמשון רפֿאל הירש און זײַנע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, צווישן וועמען סאַלאַנטער האָט סוף־כּל־סוף געוווינט, ווי מיט די מתנגדים און משׂכּילים, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין ליטע.

געשיכטע
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין 1841 האָט די צאַרישע רעגירונג אָנגעשטעלט דעם דײַטשישן ראַבינער מאַקס ליליענטאַל (1815—1882) אָנצופֿירן מיט אַ נײַעם פּראָיעקט צו עטאַבלירן אַ נעץ מלוכישע שולן פֿאַר ייִדן, מיטן ציל זיי צו מאָדערניזירן און אַסימילירן. אַ געבוירענער אין מינכן, האָט ליליענטאַל זינט 1839 שוין געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול אין ריגע, אַ שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, וואָס איז אָבער געלעגן לעבן קורלאַנד, אונטער אַ שטאַרקער דײַטשישער קולטור־השפּעה.

אויב עס קומט דעם לייענער הײַנט אָן ניט גרינג צו געפֿינען מענטשן מיט וועמען צו רעדן אַ ייִדיש וואָרט, שטעלט זיך פֿאָר, ווי שווער איז צו געפֿינען אַזעלכע, וואָס קענען דעם ייִדיש פֿון 500 יאָר צוריק. כאָטש אַ מאָל האָבן כּמעט אַלע ייִדן גערעדט די אַלט־ייִדישע שפּראַך: אין דײַטשלאַנד, האָלאַנד, פּוילן, איטאַליע, און אויף איר געשאַפֿן אַ רײַכע ליטעראַטור — הונדערטער כּתבֿ־ידן און ביכער ליגן אין די טיפֿענישן פֿון די גרויסע ביבליאָטעקן פֿון דער וועלט — דאַרף מען הײַנט זוכן מיט ליכט אַ מענטש, וואָס קען די שפּראַך לייענען.

חיים וואָלף בײַ דער אַרבעט

מע זאָגט, אַז דער איצטיקער דור לייענט ווייניקער ביכער ווי דער פֿריִערדיקער. צוליב דער אינטערנעץ, די ווידעאָ־שפּילן, דעם "אײַ־פּאָד" און נאָך אַזעלכע מכשירים, עפֿנט הײַנט זעלטן דער יונגער מענטש אַ בוך, סײַדן דער פּראָפֿעסאָר צווינגט אים עס צו טאָן. מע זאָגט אַפֿילו נבֿיאות, אַז די תּקופֿה פֿונעם געדרוקטן בוך, וואָס יאָהאַנעס גוטענבערג האָט אָנגעהויבן מיט איבער פֿינף הונדערט יאָר צוריק, קומט באַלד צום סוף. דער מאַרק איז שוין פֿאַרפֿלייצט מיט אַלטע ביכער, וואָס מענטשן ווילן פֿון זיי פּטור ווערן.

דעם זומער, בשעת איך האָב געמאַכט אַן "אולפּן" (העברעיִשער שפּראַך־קורס) אין ירושלים, האָב איך אָנגעהויבן טראַכטן, צי ס’איז שוין געקומען די צײַט, אַז מיר ייִדישיסטן זאָלן עולה זײַן און זיך אַלע באַזעצן אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות. אָדער ווייניקסטנס, צי איך אַליין זאָל עולה זײַן (איצטער, ווען איך בין שוין צו אַלט, מע זאָל מיך שטעלן פֿאַרן פּריזיוו — צו דינען אין מיליטער), כאָטש אויף אַ שטיק צײַט. אָדער לכל־הפּחות, צי ס’איז כּדאַי, אַז איך זאָל צוריקקומען איבער אַ יאָר און מאַכן נאָך אַן אולפּן.

ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַז אַ בחור "גייט אויס" נאָך אַ מיידל, ווי די אַמעריקאַנער ייִדן פֿלעגן זאָגן, דאַרף ער האָבן מוט און זײַן זיכער בײַ זיך. אויב ער שעמט זיך און מאַכט נישט דעם ערשטן טראָט, וועט זיך קיין ליבע צווישן זיי נישט צעפֿלאַקערן. אַזוי האָב איך געטראַכט איין פֿרײַטיק, ווען איך האָב געקוקט אַ נאַרישן ליבע־פֿילם אין אַ טונקעלן קינאָ־זאַל און געזעסן שטיל, נישט גערירט זיך פֿון אָרט, לעבן אַ שיין מיידל.