מע רעדט וועגן דער חסידישער וועלט. מיר איז אויסגעקומען צו הערן ווי מע חזרט איבער כּלערליי סטערעאָטיפּן, בפֿרט בנוגע די פֿרויען און זייער ראָלע אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט. מע מיינט אַן איידל, שיין מיידל, וואָס שווײַגט בדרך-כּלל און איז אַן אויסגעצייכנטער עזר-כּנגדו פֿאַר איר מאַן. דאָס קלינגט מיר קאָמיש, ווײַל איך בין אַליין אַ חסידיש מיידל, פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. (איצט בין איך אַ גראַדויִר-סטודענטקע אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.) מײַנע חבֿרטעס זײַנען אויך ליובאַוויטשער. דערצו וווין איך אין קראַון הײַטס, וואָס איז די צענטראַלע ליובאַוויטשער געגנט אין ברוקלין.