User loginSearch |
די "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע" טיילט אויס סטיפּענדיעס פֿאַר אַקטיוויטעטן וואָס שטיצן גערעכטיקייט, דאָס ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע לעבן און די ייִדישע שפּראַך און קולטור. אַלע פֿאָרלייגן וועלן באַטראַכט ווערן פֿונעם סטיפּענדיע־קאָמיטעט בײַ דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", אויף אַ קאָנפֿידענציעלן אופֿן. די פֿאָרלייגן מוזן אַרײַנגעשיקט ווערן ביזן 16טן פֿעברואַר 2007. ביזן 30סטן מערץ וועט מען לאָזן וויסן די אַפּליקאַנטן, צי זייער פּראָיעקט איז געשטיצט געוואָרן; די פֿאָנדן וועלן אויסגעטיילט ווערן אין גיכן נאָך דעם.
באַוויינט האָט דער ביבער זײַן בידנע דאָליע[1], געטרוימט זײַן אַ חזן — געוואָרן אַ סטאָליער. פֿון באָריס סאַנדלער
אַמאָליקע צײַטן איז ער געווען דער פּאָפּולערסטער ייִדישער שרײַבער. אָבער ווען מע פֿרעגט הײַנט ייִנגערע מענטשן, צי דער נאָמען פֿון שלום אַש זאָגט זיי עפּעס, באַקומט מען בדרך-כּלל אַ נעגאַטיוון ענטפֿער. סײַדן, ס'האָט עמעצער געהערט אָדער געלייענט וועגן זײַן פּיעסע "גאָט פֿון נקמה". אין די 1920ער יאָרן האָט די ענגלישע אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע געמאַכט אַ סקאַנדאַל אין ניו-יאָרק. |
|




















קהילה־לעבן