אינעם ״ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט״, וואַרשע. רחל שטייט די ערשטע פֿון לינקס
פֿאַראַיאָרן, האָב איך פֿיר חדשים געאַרבעט ווי אַן איבערזעצערין פֿון ייִדיש אויף ענגליש אין דעם אַרכיוו פֿונעם "ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט" (יה״א) אין וואַרשע. כ׳בין געווען דאָרטן אַ דאַנק דער עמנואל רינגעלבלום-סטיפּענדיע, וואָס ווערט צוגעטיילט דורך דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישן עזבֿון אין פּוילן.