User loginSearch |
צו זײַן 55סטן יאָרצײַט נחום באָמזע איז אַהערגעקומען אין 1948 פֿון אייראָפּע, צו דער דערעפֿענונג פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט אַ גרופּע ייִדישע פּליטים־שרײַבער, ווי חיים גראַדע און שמערקע קאַטשערגינסקי צוו׳אַנד. די היגע שרײַבער און קולטור־טוער האָבן זיי אויפֿגענומען מיט פֿרײַנדלעכקייט און פֿרייד און זיי געהאָלפֿן זיך אײַנבירגערן אין לאַנד און אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. הײַנט, ווען עס פֿאַלן אויס די ימים־נוראים, ברענגען מיר די לידער וואָס ייִדישע דיכטער האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן געשאַפֿן וועגן ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אין די לידער הערן זיך די ברכות און גוטע וווּנטשן, מען הערט דאָס בלאָזן פֿון די תּקיעות.
צו זײַן 35סטן יאָרצײַט עס זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור דיכטערס וואָס זײַנען ניט אַזוי באַקאַנט — ווייניק האָט מען געשריבן אָדער דערציילט וועגן זיי און אין די לעקסיקאָנען געפֿינען זיי זיך ניט. אַזוי איז דער פֿאַל מיט פּינחס אָדער פּינטשע בערמאַן, וואָס זײַן נאָמען געפֿינט זיך ניט אין די אָריגינעלע בענד פֿון לעקסיקאָן, נאָר אין דעם הוספֿה־באַנד. און דאָרט געפֿינען מיר ווייניק ידיעות וועגן אים, בלויז אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין אַנטאָפּאָל, פּאָלעסיע, אין 1892 און געשטאָרבן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1974.
צו זײַן 30סטן יאָרצײַט איינער פֿון די פֿיל אומבאַקאַנטע ייִדישע דיכטער איז געווען יצחק אַהרן בערגער. ער איז געבוירן געוואָרן אין בירזש, ליטע, אין 1889. ער האָט געלערנט אין אַ חדר. אין 1902 איז ער געקומען מיט דער משפּחה קיין אַמעריקע. ער האָט געלערנט אין באָסטאָן אַלגעמיינע לימודים. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין ניו־יאָרק. ער האָט דעביוטירט אין 1907 מיט אַ ליד אין "צײַטגײַסט" און האָט געדרוקט לידער אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן.
צו זײַן 45סטן יאָרצײַט אַז מע וועט פֿרעגן געוויסע מענטשן צו דערמאָנען אַ ייִדישן פֿירער וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף זייערע לעבנס, וועלן עטלעכע טויזנטער ענטפֿערן אַז דאָס איז געווען לייבוש לעהרער, דער פֿאַרטראַכטער און גײַסט פֿונעם זומערקעמפּ "בויבעריק". וויפֿל גײַסטיקע שפּײַז מענטשן ווי איך און מײַן פֿאַמיליע, למשל, האָבן גענאָסן פֿון לייבוש לעהרערס "בויבעריק" — איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב, ווי אויך מײַן שוואָגער בנימין "בינג" זײַנען געווען קעמפּערס — מלכּה איז געווען אַקאָמפּאָניסטקע ווען זי איז אויפֿגעוואַקסן, "בינג" — פֿאָרזיצער פֿון קעמפּ־קאָמיטעט, און איך — געזאַנג־לערערין.
צו זײַן 25סטן יאָרצײַט דער פּאָעט חיים לייב פֿוקס איז באַקאַנט נישט בלויז פֿאַר זײַן דיכטונג, נאָר אויך פֿאַר זײַנע עסייען, ווערק אויף ליטעראַטור־געשיכטלעכער טעמאַטיק — אַנטאָלאָגיעס, לעקסיקאָנען און אַנדערע ווערק. למשל, ער איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע מיטאַרבעטער אין דעם "לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור". ער האָט געשריבן לידער און פּאָעמעס וועגן ישׂראל, וועגן דער היים און זײַן משפּחה; וועגן מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט, צווישן אַנדערע, געלעבט אַ געוויסע צײַט. ער האָט אַרײַנגעוועבט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן אין זײַנע לידער:
מיט 40 יאָר צוריק איז וועק פֿון דער וועלט זעליג העללער, אַ פּאָעט וואָס האָט געלעבט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן אין שיקאַגע. ער איז געבוירן געוואָרן אין וואָלפּע, גראָדנער געגנט, פּוילן. ער האָט געלערנט אין חדר און אין אַ פּריוואַטער שול. אין 1906 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און דאָ פֿאַרפֿולקאָמט זײַן בילדונג. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין שיקאַגע, וווּ ער איז געווען טעטיק אין דעם ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד. העללער האָט אָנגעהויבן דרוקן לידער אין שיקאַגע אין 1916 און זינט דעמאָלט געדרוקט לידער און מעשׂהלעך אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטשריפֿטן. ער איז, גלייבן מיר, דער איינציקער שרײַבער, וואָס האָט אויסגעלייגט זײַן נאָמען מיט צוויי פֿון די זעלביקע אותיות — העללער. צו זײַן 40סטן יאָרצײַט לייב מאָרגענטוי איז געווען אַ ייִדישער פּאָעט וואָס האָט געשטאַמט פֿון פּינסק, געלעבט אין סאָוועט־רוסלאַנד בעת דער מלחמה, און צום סוף — אין ישׂראל. לייב מאָרגענטוי איז דער פּסעוודאָנים פֿון חנן־לייב סאַפּאָזשניק. ער איז געבוירן אין 1905 אין פּינסק, אין אַן אַרבעטער־משפּחה. ער האָט געלערנט אין חדר, אין אַ ייִדיש־העברעיִשער פֿאָלקסשול, און אין אָוונט־קורסן. צו 13 יאָר איז ער געוואָרן אַ שוסטער.
צו זײַן 40סטן יאָרצײַט די שרײַבער־ און מאָלער־גרופּע “יונג־ווילנע" האָט אַרײַנגענומען אַזעלכע וויכטיקע ייִדישע פּאָעטן ווי אַבֿרהם סוצקעווער, חיים גראַדע, שמערקע קאַטשערגינסקי און אויך אלחנן וואָגלער, אַ געבוירענער אין ווילנע, וואָס איז געווען אַ שטענדיקער מיטבאַטייליקטער אין די שריפֿטן פֿון דער “יונג־ווילנע"־גרופּע און אַנדערע צײַטשריפֿטן אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿאַרן קריג. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1907, איז פֿרי געוואָרן אַ יתום, דערצויגן געוואָרן אין אַ יתומים־הויז אין ווילקאָמיר, דערנאָך צוריקגעקומען קיין ווילנע. צו זײַן 40סטן יאָרצײַט אין לעצטן נומער "פּערל" האָבן מיר ציטירט אַ טייל פֿון איציק מאַנגערס עסיי, וווּ ער דערציילט אַן אינצידענט אין שײַכות מיט זײַן באַרימטן ליד "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים". מאַנגער דערציילט ווײַטער וועגן אַ צווייטן עפּיזאָד אין וועלכן דאָס ליד האָט געשפּילט אַ ראָלע: "די דײַטשן האָבן געהאַלטן לאָדזש פֿאַר אַ היימישער שטאָט. זיי האָבן, ווי אין שלום־עליכמס מעשׂה וועגן דײַטשן, אויפֿגעהאָנגען אַ גלאָק בײַ דער באַנסטאַנציע, צוגעקלעפּט אַ ברעטל ‘Litzmannstadt’ און געהערט די וועלט ווי דעם קאָטער. |
|





















קהילה־לעבן