User loginSearch |
שמשון פֿערשט איז געבוירן געוואָרן אין 1866 אין אַ דאָרף לעבן נאָוואָסעליץ, בוקאָווינע, און איז געשטאָרבן אין בוקאַרעשט אין 1968. ער האָט געשריבן פּשוטע, פֿאָלקסטימלעכע לידער, פּאַראָדיעס, לידער באַזירט אויף פּאָפּולערע מעלאָדיעס. זײַנע סוזשעטן זײַנען געווען וועגן אַרבעטער, וועגן נויט, וועגן זײַן לעבן, וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה און אַנדערע. מיר ברענגען "אַ קראַנץ סוכּות און שׂימחת־תּורה" לידער לכּבֿוד די יום־טובֿים אינעם נײַעם יאָר. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן אויסגעדריקט די פֿרייד און מחשבֿה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בײַם פּראַווען די יום־טובֿים. זאָל די פֿרייד באַגלייטן די אַלע גוטע וווּנטשן, וואָס מיר האָבן געגעבן פֿאַר געזונט, גליק, שלום און אַ סטאַביליזירונג אין לאַנד. צו זײַן 55סטער יאָרצײַט
צו זײַן 30סטער יאָרצײַט
מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי איז געווען אַ ייִדישער דיכטער — דערפֿאַר האָט ער ווי אַ סך אַנדערע ניט אויסגעמיטן דעם אַרעסט און פֿאַרשיקונג, טראָץ דעם וואָס ער האָט באַקומען אַן אָרדן פֿאַר זײַן העלדישקייט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז געוואָרן פֿאַרשיקט אין מיטל־אַזיע; שפּעטער איז ער באַפֿרײַט געוואָרן. מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע. ער האָט באַקומען אַ ייִדיש־סאָוועטישע שול־בילדונג.
צו זײַן 45סטער יאָרצײַט משה באַסין איז געווען מער באַקאַנט ווי דער קאָמפּילאַטאָר פֿון אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישער דיכטונג איידער ווי אַ פּאָעט. זײַנע צוויי אַנטאָלאָגיעס זײַנען געווען און פֿאַרבליבן וויכטיקע מקורות פֿון ווייניק באַקאַנטע ווערק, און זײַנען צו נוץ געקומען מער ווי איין מאָל דעם איצטיקן רעדאַקטאָר פֿון די "פּערל". די אַנטאָלאָגיעס זײַנען: "500 יאָר ייִדישע פּאָעזיע" (מיט הערות פֿון ב. באָראָכאָוו), 1917, צווייטע אויפֿלאַגע, 1922) און "אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע", 1940. ווי יעדן יאָר, ווען עס פֿאַלט אויס די דאַטע פֿון דעם 12טן אויגוסט, ברענגען מיר מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע פֿון די אומגעבראַכטע דיכטער, וואָס זײַנען געבליבן קדושים פֿון ייִדישן פֿאָלק. אויף דעם 12טן אויגוסט הײַיאָר האָט דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" באָריס סאַנדלער געדרוקט רירנדיקע זכרונות פֿון די קינדער פֿון שלמה מיכאָעלס, בנימין זוסקין און דוד בערגעלסאָן, און ער האָט בײַ נאַכט אויף דער הזכּרה אינסצעניזירט, צוזאַמען מיט אויסצוגן פֿון זעלטענע פּלאַטעס פֿון מיכאָעלס און זוסקין צוו“אַנד.
בײַם אָננהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל ייִדן־קאָמפּאָזיטאָרן. די באַקאַנטסטע זײַנען געווען: יואל ענגעל, לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. צייטלין א״אַ. אַ צאָל זײַנען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר נ.אַ. רימסקי־קאָרסאַקאָוו אין דער פּעטערבורגער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע. זיי האָבן אין 1902 געשאַפֿן אַ קרײַז “כּינור־ציון" מיטן ציל צו שאַפֿן און אויפֿצופֿירן ייִדישע מוזיק, אָבער אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און אויף זייערע קאָנצערטן האָט מען נישט געקענט פֿילן קיין באַזונדערן ייִדישן נוסח.
צום 100סטן יאָרצײַט פֿון דעם "פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער" אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840—1908) איז כּמעט אַלעמען באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער אין יאַס, רומעניע, אין 1876. ער איז אויך געווען אַ ייִדישער פֿאָלקסדיכטער, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכלעך פֿון לידער (אַ צען יאָר פֿריִער) אַחוץ וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ שלל לידער פֿאַר זײַנע שפּילן און אָפּערעטעס, ווי "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען", "דער פּאַסטעכל", "געקומען איז די צײַט", "דאָס מילעכל", "צו דײַן געבורטסטאָג", און אַנדערע. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט אין זײַן בוך "געזאַנגען אין שײַער" באַוויינט דער דיכטער אַריה שמרי דאָס אַוועקגיין פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און דאָס וויינען פֿון די לידער גופֿא. ער טרעט, אין דער דעמערונג, אויף די סימבאָלן פֿונעם פֿאָלקסליד: די ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, דאָס ציגעלע, די גאָלדענע פּאַווע און די ברידער וואָס זײַנען געשטאָרבן: צו זײַן 140סטן יאָרצײַט מיט די פֿאָרמולעס "איך נעבעך, בידנע פּאַסטעך", "איך נעבעך, געמיינער חזן", "איך נעבעך, בעל־דרשן" / "איך נעבעך, בעלפֿער", "איך נעבעך, שינדל־שלעגער" הייבן זיך אָן אַ טייל לידער פֿון בערל בראָדער, דער ליטעראַרישער נאָמען פֿון בער מרגלית, געבוירן אין בראָד, גאַליציע, אין יאָר 1815, און געשטאָרבן אין יאַס, רומעניע, אין 1868. ער ווערט באַטראַכט ווי דער פֿאָטער פֿון די וואַנדערנדיקע ייִדישע פֿאָלקס־זינגער, וואָס זײַנען באַרימט געוואָרן אונטערן נאָמען "די בראָדער־זינגערס". • רבֿקה באַסמאַן בן־חיים נײַע לידער *
אַ פֿרײַער טאָג.
צו זײַן 90סטן יאָרצײַט אין 1875 האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים אַרויסגעגעבן זײַן פּאָעמע "יודל", אַן אַלעגאָריע וועגן דעם ייִדישן פֿאָלק, מיט דעם מאָטאָ: "אַך יודל מײַן קראַנקער, מײַן קראַנקער יודל / דײַן לעבן איז זיי׳ר, זיי׳ר אַ טרויעריק לידל". דאָס איז אַ מעשׂה אין גראַמען וואָס גיט איבער די לעבנס־געשיכטע פֿון יודל, פֿון זײַן געבורט ביז זײַן קראַנק ווערן בײַם סוף פֿון זײַן לעבן. פֿון דער לאַנגער פּאָעמע האָבן מיר אויסגעקליבן עטלעכע טיילן פֿאַר די הײַנטיקע "פּערל". פֿון דעם צווייטן קאַפּיטל ברענגען מיר אַן אויסצוג: |
|




















קהילה־לעבן