User loginSearch |
מיר ברענגען הײַנט יום־טובֿדיקע לידער לכּבֿוד סוכּות, הושענא־רבה און שׂמחת־תּורה, אין וועלכע אונדזערע פּאָעטן באַזינגען דעם שטאָלץ פֿון דער אָרעמער סוכּה, אַ גלייבונג וועגן הושענא־רבה און די פֿרייד פֿון שׂמחת־תּרוה. ייִדן בכל־תּפֿוצות וועלן אָפּהיטן און נאָכפֿאָלגן די אַלטע טראַדיציעס פֿון אונדזער פֿאָלק צום נײַעם יאָר. זאָלן אַלע זיך ווינטשן אַ גוטן קוויטל, זאָל מען זינגען און זיך פֿרייען מיט דעם וווּנדער פֿון דער תּורה. מאיר זימל טקאַטש ווידוי
טאָג־טעגלעך שאַלט יום־כּיפּורדיקער שופֿר,
ווי ד״ר בערל זומאָף באַווײַזט אין זײַן נײַעם בוך פֿון לידער פֿון פֿרויען־דיכטערס אין איבערזעצונג, איז פֿאַראַן אַ היפּשע פּלעיאַדע פֿון ייִדישע דיכטערינס, וואָס דער ייִדישער לייענער האָט פֿאַרגעסן אָדער בכלל נישט געוווּסט. ראַשעל וועפּרינסקי איז אַזאַ איינע וואָס איז, ווי מיר גלייבן, נישט געווען צו ווײַט באַקאַנט. זי איז געווען אַ שטילע דיכטערין, וואָס אירע לידער פֿאַרמאָגן אינטערעסאַנטע אימאַזשן, געשריבן מיט פּשוטע און סובטילע ניואַנסן און דורכזעיִקע פֿערזן. זי גיט צו וויסן וועגן איר איינזאַמקייט און בענקשאַפֿט אין פֿיל פֿון אירע לידער. אין איינעם באַשרײַבט זי דעם טרויער פֿון דער זונס פֿאַרגאַנג: |
|

















קהילה־לעבן