User loginSearch |
די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אינעם 60סטן יאָרטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. — אינטערוויו מיטן ראַבײַ ענדראָ סאַקס, ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס" די קאָנסערוואַטיווע, גלײַך ווי די רעפֿאָרמער, זענען אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע רעליגיעזע באַוועגונג, וואָס איז טעטיק אין ישׂראל זינט צענדליקער יאָרן. מען קאָן זאָגן וועגן די קאָנסערוואַטיווע, אַז זיי געפֿינען זיך צווישן דער אָרטאָדאָקסיע און רעפֿאָרעם, ווײַל זיי שטיצן אונטער די הלכה און ייִדישע טראַדיציעס.
ספּעציעלער אינטערוויו פֿאַרן “פֿאָרווערטס" מיטן מנהיג פֿונעם רעליגיעזן ציוניזם זבֿולון אורלבֿ אין די ראַמען פֿון דער סעריע אַרטיקלען וועגן רעליגיעזן ייִדנטום אין מדינת־ישׂראל צו איר 60סטן יוביליי, האָבן מיר געהאַט די געלעגנהייט צו אינטערוויויִרן דעם דינאַמישן מפֿד"ל־פֿאָרזיצער זבֿולון אורלבֿ (אָרלעוו), וועלכער שטייט גלײַכצײַטיק בראָש פֿון דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר מדינה־קאָנטראָל און אים שטעלן אַ ריי פֿראַגעס וועגן זײַן אַרבעט און וועגן דער ראָלע וואָס זײַן פּאַרטיי שפּילט אינעם פּאָליטישן לעבן.
אינטערוויו מיט "בני־עקיבֿא", "עזרא" און "אַריאל" "רבי עקיבֿא איז געווען און געבליבן ווי אַ סימבאָל פֿאַר דער יוגנט, סײַ אין ישׂראל, סײַ אין דער וועלט, מחמת זײַן מסירות־נפֿש פֿאַר תּורת־ישׂראל און קאַמף פֿאַר ייִדישער זעלבשטענדיקייט". אַזוי האָט אונדז געזאָגט זאבֿ שוואַרץ, גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער אַלוועלטלעכער "בני־עקיבֿא"־אָרגאַניזאַציע, בעתן אינטערוויו אין "בית־מאיר" אויף דער קינג דזשאָרדזש־גאַס אין ירושלים.
אינטערוויו מיט הרבֿ ירחמיאל ווײַס, דירעקטאָר פֿון דער “מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה. דעם אַרטיקל האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט צוגעשיקט אין רעדאַקציע עטלעכע טעג פֿאַר דעם, ווי אין דער ישיבה “מרכּז־הרבֿ" איז געשען די בלוטיקע שחיטה, וועגן וועלכער עס שרײַבט פֿון ירושלים מרדכי דוניץ. בעת אונדזער אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם רעליגיעזן לעבן אין ישׂראל, האָבן מיר נישט געקאָנט פֿעסטשטעלן גענוי וויפֿל ישיבֿות עס זענען בײַ אונדז פֿאַראַן. געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט — טויזנטער, נאָר מיר האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס שײַנט צו זײַן איבערגעטריבן.
ספּעציעלער שמועס פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מיטן רבֿ מאיר אַזרי פֿון דער "בית־דניאל־קהילה" דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען מאַסן ייִדן האָבן זיך געשמדט און רבנים זענען געווען מאַכטלאָז צו באַקעמפֿן אָט די דערשײַנונג. דעמאָלט זענען אויפֿגעקומען עטלעכע געלערנטע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו "מאָדערניזירן ייִדישקייט און צופּאַסן די מיצוות און מינהגים צו דער צײַט".
נישט אַלע ווייסן, אַז אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַן אינסטיטוציע, וווּ מען קאָן פֿאַרברענגען עטלעכע שעה אין טאָג — רעדן, הערן און געניסן פֿון די קלאַנגען פֿון ייִדיש. פֿאַר אונדז איז עס געווען אַ פֿריידיקע איבערלעבונג. די דאָזיקע אינסטיטוציע איז — דער "בית שלום־עליכם", וואָס געפֿינט זיך אין האַרץ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אין איינוועגס האָבן מיר געהאַט אַן אינטערעסאַנטן שמועס מיטן דירעקטאָר, פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, וועלכער האָט אונדז איבערגעגעבן אַ באַריכט וועגן דעם, וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר, צווישן די פֿיר ווענט פֿונעם "שלום־עליכם־הויז", אין אַ ריי אוניווערסיטעטן און אַנדערע אינסטיטוציעס, אין וועלכע מען לערנט נישט בלויז ייִדיש, נאָר אויך ייִ
פֿאַראַן ישׂראלים װאָס פֿאָרן אױף אַזעלכע ערטער, פֿון װעלכע עס איז שװער אַרױסצוקריכן מיטן לעבן. געװען צײַטן — אײדער מען האָט אונטערגעשריבן דעם שלום מיט ירדן — װען עס איז געװען אין דער מאָדע זיך אַרײַנצושמוגלען אַהין, כּדי באַזוכן און באַװוּנדערן פּעטראַ, די אַמאָליקע הױפּטשטאָט פֿון די נאַבאַטײער. געװען אױך אַזעלכע װאָס זענען געפֿאָרן מיט פֿרעמדע פּאַספּאָרטן אין כּלערלײ אַראַבישע מדינות. איצט דערװיסט מען זיך װעגן ישׂראלים װאָס שרעקן זיך נישט צו פֿאָרן קײן איראַן. פֿאַר װאָס טוען זײ דאָס? הלמאַי פֿאָרן זײ אַהין? מען איז דאָך אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. װײסן זײ נישט, אַז די איראַנער זענען אונדזערע גרעסטע שׂונאים און װילן "אױסמעקן ישׂראל פֿון דער מאַפּע..?" |
|






















קהילה־לעבן