ישׂראל, פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די עטיאָפּישע "קייסים" בעת דעם "סיגד"־יום־טובֿ, נאָוועמבער 16

מאָנטיק, דעם 29סטן טאָג אין חודש חשוון (דעם 16טן נאָוועמבער), 50 טעג נאָך יום־כּיפּור, האָבן די ייִדן פֿון עטיאָפּיע אין ישׂראל, אָפּגגעמערקט זייער יערלעכן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ, וואָס הייסט אין דער אַמהאַרישער שפּראַך "סיגד". דורות־לאַנג האָבן זיי אין עטיאָפּיע אָפּגעהיט דעם דאָזיקן פֿײַערלעכן טאָג מיט אַ תּענית און מיט ספּעציעלע תּפֿילות, אָנגעפֿירט פֿון זייערע רבנים די "קייסים", זייערע גײַסטיקע אָנפֿירער.

ישׂראל, פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ימים־נוראָים פֿון דעם נײַעם יאָר תּש״ע זענען שוין בע״ה הינטער אונדז. אַוועק זענען די אָנגעשטרענגטע הכנות אין דעם חודש אלול, אין וועלכן אַחינו־בני־ישׂראל האָבן זיך מכין געווען צו באַגעגענען די פֿאָרכטיקע טעג וואָס קומען באַלד אָן. יעדער איינער פֿון אונדז האָט זיך אַרײַנגעטראַכט, אויף זײַן טראַדיציאָנעלן שטייגער, וועגן די יאָרן וואָס פֿליסן אַזוי שנעל פֿאַרבײַ, אָדער וועגן די טעג ווען ער וועט שטיין פֿאַר דעם בית־דין־של־מעלה און דאַרפֿן אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿאַר דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.

ישׂראל, געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עטלעכע מחשבֿות 
און אײַנדרוקן

ניטאָ אין דער גאָרער ייִדישער וועלט אַזאַ שטאָט, וווּ מען פֿילט זיך אין די איצטיקע טעג אַזוי טיף־עמאָציאָנעל, ווי אין ירושלים. גענוג בלויז צו הערן, דאָס קול פֿונעם שמשׂ אין די נאָך־פֿינצטערע שעהען פֿון דעם פֿרימאָרגן: "ייִדן שטייט אויף צו סליחות!" און דעם הילכיקן קלאַנג פֿון דעם שופֿר, וואָס זאָגט אָן, אַז ייִדן זאָלן אָנהייבן "זיך מכין צו זײַן" צו די טעג פֿון יום־הדין און חשבון־הנפֿש, וואָס רירן און וועקן אויף אַ ציטעריקע סטרונע טיף אין האַרצן.

ישׂראל, געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז שוין אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע אין אונדזער מדינה, אַז ווען עס דערנענטערט זיך צו זײַן סוף דער הייסער אויגוסט־חודש, און דער קאַלענדאַר זאָגט אָן דעם אָנקום פֿון דעם 1טן טאָג פֿון סעפּטעמבער, הייבן זיך אָן אומעטום די פֿיבערדיקע און פֿלײַסיקע הכנות צו דעם נײַעם לערן־יאָר. די געשעפֿטן ווערן באַלאַגערט מיט משפּחות און קינדער, וואָס קויפֿן אײַן די לערנביכער, העפֿטן און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן און צודאַטן פֿאַר די נאָענטע לימודים אין קלאַס און אין דער היים.

ישׂראל, געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
אַפֿיש פֿונעם וועלט־קאָנגרעס

פֿון דעם 2טן ביזן 6טן אויגוסט איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויף דעם קאַמפּוס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, דער 15טער וועלט־קאָנגרעס פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן.

דער ערשטער איז פֿאָרגעקומען חנוכּה 1924, און זינט דאַן, מיט געוויסע איבעררײַסן, קומען זיך צונויף אין ירושלים יעדע פֿיר יאָר, אַקאַדעמיקער, פֿאָרשער און געלערנטע אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט, אָפּצוגעבן באַריכטן און דיסקוטירן די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿאָרש־אַרבעטן.

ישׂראל, פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם לייט־אַרטיקל פֿון דעם לעצטן "פֿאָרווערטס" (פֿון יולי 24—30) אונטערן קעפּל "כוליגאַניזם איז ניט קיין אמונה", רעאַגירט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער שאַרף און אויסדריקלעך, אויף די הפֿקרדיקע און ביטערע געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מאה־שערים־ און גאולה־קוואַרטאַלן, אויף דעם בר־אילן־שאָסיי, בײַ דעם ספֿרא־סקווער, נעבן דער ירושלים־מוניציפּאַליטעט, אויף ממילא־גאַס, נעבן דעם יפֿו־טויער און אין אַנדערע רעליגיעזע גאַסן און געסלעך פֿון דער הייליקער שטאָט.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לערניאָר 2008—2009 האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. איבער אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער און עלעמענטאַרע שולן, איבער זעקס הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די מיטלשולן אין לאַנד, זענען איצט פֿרײַ פֿון זייער לערניאָר, ביז דעם 1טן סעפּטעמבער — גאַנצע צוויי חדשים פֿון חופֿש־הגדול, פֿון די זומער־וואַקאַציעס. די הייסע זומערטעג זענען אין פֿולן ברען. טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און דערוואַקסענע פֿאַרברענגען אויף די פּלאַזשעס — די ים־ברעגן פֿון לאַנד, די ייִנגערע און די פֿאַרשיידענע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די מוניציפּאַליטעטן, אָדער פּריוואַטע אונטערנעמער.

פּובליציסטיק
אַלטע ראָש־פּינה

יעדעס מאָל, ווען איך באַזוך ראָש־פּינה (ווינקלשטיין), פֿאַרפֿעל איך ניט זיך אַרײַנצוכאַפּן, כאָטש אויף עטלעכע שעה, אין דער דאָרטיקער, לאָקאַלער ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך אין איינעם פֿון אירע אַלטע הײַזער.

אויף אירע ביכער־פּאָליצעס און אין איר רײַכן אַרכיוו, קען מען געפֿינען אַ שלל מיט היסטאָרישע דאָקומענטן און כראָניק, וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער קאָלאָניע, וואָס איז שוין הײַנט כּמעט "אַ עיר־ואם־בישׂראל" — אַ שפּרודלדיק, דינאַמיש שטעטל.

חורבן, ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס ליגט פֿאַר מיר די פֿאַרנעמיקע און יסודותדיקע אַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך, הויפּט פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע און לייטער פֿון דעם דבֿ סדן־פּראָיעקט בײַם מאַנדעל־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דאָס בוך הייסט: "סאַלאַמאַנדראַ: מיטאָס און היסטאָריע אין קאַצעטניקס ווערק". עס אַנטהאַלט 487 זײַטן מיט ביז־איצט אומבאַקאַנטע דאָקומענטן און אילוסטראַציעס, אַרײַנגערעכנט אַן אַרײַנפֿיר פֿון 25 זײַטן אויף ענגליש. פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך האָט געאַרבעט אויף דער דאָזיקער וואָגיקער און טיפֿער פֿאָרש־אַרבעט קרובֿ צו 15 יאָר. דער זעלטענער צופֿאַל האָט געוואָלט, אַז דאָס בוך זאָל דערשײַנען נאָענט צו דער דאַטע פֿון דעם 100סטן געבוירנטאָג פֿון יחיאל פֿײַנער, וועלכער איז באַקאַנט ווי יחיאל די־נור, אָדער קאַצעטניק.

ישׂראל
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(מחשבֿות און קאָמענטאַרן)

די שווערע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָבן אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט זאָרג, אומרו און שווערן געמיט אין די ערבֿ־פּסחדיקע טעג. אויך די זיכערהייט־לאַגע איז געווען אַן אָנגעשטרענגטע פֿאַר מעגלעכע טעראָר־אַקטן מצד אונדזערע שׂונאים אַרום,

ישׂראל, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קאַלטער ווינטער איז שוין פֿאַרבײַ און דער פֿרילינג איז שוין בײַ אונדז אין פֿולן שוווּנג.

"הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע: דער ווינטער איז אַריבער. דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען, און די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קול פֿון טורקלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (תּרגום יהואש).