User login |
הײַנטיקע טעג שרײַבט מען אַ סך וועגן דעם קריזיס פֿון דעם ביכער-מאַרק. אייניקע טענהן אַפֿילו, אַז די ביכער-קולטור איז נאָענט צו איר גסיסה. אָבער גלײַכצײַטיק האָט זיך אַנטוויקלט נאָך איין זאַך: אַליין-פֿאַרעפֿנטלעכטע ביכער. אַזעלכע "סאַמאָיִזדאַט"-אויסגאַבעס האָבן, פֿאַרשטייט זיך, עקזיסטירט אויך פֿריִער (מחוץ די לענדער, וווּ אַלץ איז געווען אונטער דעם מלוכישן קאָנטראָל), אָבער איצט איז געוואָרן אַ סך גרינגער אַרויסצולאָזן אַ בוך — די נײַע טעכנאָלאָגיע מאַכט עס ביליקער.
אין נאַראַיעוו איז אין יאָר 1885 געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער משה נאַדיר. אָבער דאָס איז געווען זײַן פּסעוודאָנים, וואָס צעלייגט זיך טאַקע אויף "נאַ דיר" (ווי, אַ שטייגער, אין "נאַ דיר אַ מתּנה"). נאַדירס אמתער נאָמען האָט געקלונגען גאָר אַנדערש: יצחק רײַז. איצט איז נאַדיר כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אַ מאָל, איז ער געווען אַ גאַנץ וויכטיקע פֿיגור אין ייִדישן ליטעראַרישן לעבן פֿון אַמעריקע. אין 1929, ווען אַ צאָל באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער זײַנען אַוועק פֿון די קאָמוניסטן, איז נאַדיר פֿאַרבליבן אין דער ראָלע פֿונעם פֿירנדיקן ייִדישן קאָמוניסטישן מחבר. מיט די שרײַבער, וואָס זײַנען אַוועק, האָט ער זיך געזעגנט דורך זייער אַ בייז ליד (וועגן דעם "אַוועקגיין" גופֿא האָב איך געשריבן מיט אַ חודש צוריק — זען "אַ הײַנטיקער קוק אויף די געשעענישן פֿון 1929", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 23סטן דעצעמבער
די פֿראַגע פֿון וואַקסנדיקער רעליגיעזקייט צי — פּינקטלעכער — ריטועלקייט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן אינטערעסירט מיך שוין פֿון לאַנג, כאָטש מע קען ניט זאָגן, אַז איך פֿאָרש ערנסט דעם פֿענאָמען. אָבער דער דאָזיקער פֿענאָמען וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן, ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס". ס’איז קלאָר, אַז דער יונגער, אַמעריקאַנער געבוירענער דור ייִדן האָט, בדרך-כּלל, ניט איבערגענומען די קולטור, וואָס זייערע זיידעס און עלטערן האָבן געהאַט געבראַכט פֿון דער אַלטער היים. האָט מען געזוכט אַנדערע פֿאָרמען פֿון ייִדישקייט, און די רעליגיעזע פֿאָרמען זײַנען געווען אויפֿן בעסטן אופֿן צוגעפּאַסט צום אַמעריקאַנער לעבן. קיין מאָסקווע איז געקומען אַ נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, מײַקל מאַקפֿאָל, וואָס איז גאָר ניט קיין צופֿעליקער מענטש אויף אַזאַ שטעלע. ער האָט לאַנגע יאָרן שטודירט רוסיש און רוסישע פּאָליטיק, פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט אין רוסלאַנד גופֿא, און געווען פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס עצה-געבער; געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין די באַמיִונגען צו געפֿינען אַ נײַעם, מער פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע. איז דאַכט זיך — גוט. דערצו זעט אויס מאַקפֿאָל ווי אַ סימפּאַטישער מענטש. אין מײַנע סטודענטישע יאָרן איז געווען אַזאַ זאַך ווי אַ "גרופּע" — עטלעכע און צוואַנציק יונגע לײַט, מיט וועלכע איך האָב זיך געלערנט אין משך פֿון פֿינף יאָר. אין מערבֿדיקע אוניווערסיטעטן עקזיסטירט עס, בדרך-כּלל, ניט, ווײַל יעדער סטודענט קלײַבט פֿאַר זיך אויס אַן אייגענע טראַיעקטאָריע פֿון קלאַסן און לעקציעס. איך קלײַב זיך ניט אַרומרעדן דאָ די מעלות און חסרונות פֿון דער אָדער יענער סיסטעם פֿון העכערער בילדונג. איך דערמאָן עס נאָר כּדי צו זאָגן, אַז פֿינף יאָר פֿון לערנען זיך בשותּפֿות האָט געשאַפֿן אַ געפֿיל פֿון נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט מיט אייניקע געוועזענע סטודענטן. ביזן הײַנטיקן טאָג, האַלטן מיר אונטער קאָנטאַקטן, געוויינטלעך, דורך אינטערנעץ. און ווען מע באַגעגנט זיך, ווערן גלײַך ווי פֿאַרשוווּנדן די כּמעט פֿערציק יאָר, וועלכע זײַנען אַדורך זינטן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט.
געפֿאָרן זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין אונגאַרן, ווײַל מײַן ווײַבס חבֿרטע האָט געהאַט ערגעץ אויסגעפֿונען, אַז ס’איז דאָ אַזאַ שטעטל, וואָס הייסט העוויז, און דאָס שטעטל געפֿינט זיך בײַ אַ הייסער אָזערע. דאָס וואַסער איז אין דער אָזערע תּמיד וואַרעם, אַפֿילו ווינטערצײַט. זי, די חבֿרטע, האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג מיט אַ יאָר צוריק און האָט עס אונדז שטאַרק רעקאָמענדירט. דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען געפֿאָרן קיין בודאַפּעשט, פֿאַרבראַכט דאָרטן אַ טאָג, און זיך געלאָזט קיין העוויז, וואָס איז בערך אַ הונדערט מײַל פֿון דער הויפּטשטאָט. ווי אַ טוריסט בין איך פֿויל ווי אַ שטעקן. לײַטישע טוריסטן גרייטן זיך צו צו אַ רײַזע. איך טו עס כּמעט קיין מאָל ניט. כ’האָב בכלל פֿײַנט צו קריגן צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַרכיטעקטור, מענטשן, געשעענישן, ווײַל דערנאָך ווייס איך ניט וואָס צו טאָן מיט אָט די אַלע פּרטים. דער סוף איז, אַז איך פֿאַרגעס זיי פּשוט. מיר געפֿעלט בעסער דער פּראָצעס פֿון אָנשטויסן זיך אויף עפּעס אַ נאָווינע, און אויב זי איז אַ טשיקאַווע, אַ יש, קען איך שוין דערנאָך לייענען וועגן דער מערקווירדיקייט. דעמאָלט בלײַבט עס טאַקע אין מײַן זכּרון. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מײַן קאָלעגע הערשל גלעזער געשריבן וועגן דער עטימאָלאָגיע פֿונעם וואָרט "פּאָמידאָרן". פּאָמידאָרן אינטערעסירן מיך אויך, און ניט נאָר ווײַל איך שטאַם פֿון אוקראַיִנע, וווּ עס וואַקסן זייער געשמאַקע פּאָמידאָרן. דער ענין האָט מיך פֿאַראינטערעסירט בײַם לייענען פּרץ מאַרקישעס ראָמאַן "טראָט פֿון דורות". גייט דאָרט די רייד, בפֿרט, וועגן די פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. איינער פֿון די פּליטים האָט באַשלאָסן צו פֿאַרזעצן פּאָמידאָרן. ווײַטער שטייט אין דעם ראָמאַן געשריבן:
"יאָלקעס" — טענענביימער צי עפּעס פֿון אַזאַ מין ביימער, אָפֿט מאָל קינסטלעכע — וואָס מע שטעלט אויף נײַיאָר, בלײַבן אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע פֿאַר ייִדן אין אַ סך לענדער, ישׂראל בתוכם. אין איצטיקן יאָרהונדערט, מיטן אָנקומען פֿון הונדערטער טויזנטער געוועזענע סאָוועטישע בירגער, זײַנען די "יאָלקעס" געוואָרן אָנזעעוודיק אין ישׂראלדיקע שטעט. בעת אין נצרת-עלית האָט דער מייאָר ניט דערלויבט הײַיאָר צו שטעלן אַזאַ ניט-ייִדישן סימבאָל, איז אין חיפֿה אויפֿגעבויט געוואָרן אַ הויכע קינסטלעכע "יאָלקע", געמאַכט פֿון עטלעכע טויזנט פּלאַסטישע פֿלעשער. מיט זיבעציק יאָר צוריק האָט וועגן דעם ענין "יאָלקע" געשריבן איינער פֿון די בעסטע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — צבֿיון (1874–1954). זײַן אמתער נאָמען איז געווען בן-ציון האָפֿמאַן, אַ קורלענדישער ייִד, וואָס איז געווען אַקטיוו אין דעם "בונד", זיך געלערנט אין עטלעכע אוניווערסיטעטן, זײַן דאָקטאָר-טיטל באַקומען אין דער שווייץ. צבֿיונס ערשטע אַרקטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער העברעיִשער צײַטונג "המליץ", אין 1895, אָבער זינט 1901 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס". זינט 1915 איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָט דער לייענער זיך געקוויקט מיט זײַן קאָלומנע "ייִדישע אינטערעסן". דעם 3טן יאַנואַר 1942 האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער פֿראַגע פֿון "יאָלקעס", ווײַל ער האָט געהאַט באקומען אַ פּאָר בריוו פֿון לייענער, און:
אין מײַן בוך Yiddish in the Cold War ציטיר איך דעם מעמאָראַנדום, וועלכן עס האָט אין יוני 1971 אָנגעשריבן דער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פּסח נאָוויק. אין פֿעברואַר 1972 וועט מען אים אויסשליסן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ווײַל נאָוויקס "נאַציאָנאַליזם" האָט ניט געפּאַסט דער פּאַרטיי-פֿירערשאַפֿט. צו יענער צײַט איז "מאָרגן-פֿרײַהייט" שוין געווען אַ קריטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט פֿון זײַן פּאָליטיק לגבי ישׂראל. אָט וואָס נאָוויק האָט דעמאָלט געשריבן (איך זעץ עס איבער פֿון ענגליש — דער שפּראַך פֿון דעם מעמאָראַנדום, אַדרעסירט צו די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פֿירער): "אין אויגוסט און סעפּטעמבער 1929 האָט ׳מאָרגן-פֿרײַהייט׳ צוזאַמען מיט פּראָגרעסיווע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך געפֿונען אין אַ קריזיס אין שײַכות מיט די דעמאָלטיקע אומרוען אין פּאַלעסטינע. מיר האָבן זיך ביטער צונויפֿגעשטויסן מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט. […] מיר האָבן טײַער באַצאָלט פֿאַר אונדזער פּאָזיציע, פֿאַרלוירן זייער אַ סך אונדזערע לייענער און אָפּגעשוואַכט אונדזער אָנשפּאַר אין די מאַסן."
דעם שטענדיקן לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" דאַרף מען ניט דערקלערן ווער עס איז געווען מאַקס ווײַנרײַך. און דאָך — פֿון צײַט צו צײַט קומען צו נײַע לייענער, אַזוי אַז עס וועט ניט שאַטן צו דערמאָנען זיי, אַז די רייד גייט וועגן אַ מענטש, לגבי וועלכן עס קלינגען ניט צו הויך אַזעלכע באָמבאַסטישע ווערטער, ווי: "געניאַלער" און "לעגענדאַרער". דעם 29סטן יאַנואַר וועט ווערן 43 יאָר זינט זײַן פּטירה. פֿאַר אָט די יאָרן האָבן זיך געביטן עטלעכע דורות אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו ניט דערנענטערט צום ניוואָ פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, כאָטש אייניקע זאַכן זײַנען, בלי-ספֿק, פֿאַרעלטערט געוואָרן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן. אַ חוץ די צענדליקער ביכער און הונדערטער אַרטיקלען, האָט ווײַנרײַך איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ גאַנצע אינסטיטוציע — איך מיין, פֿאַרשטייט זיך, דעם ייִוואָ-אינסטיטוט. הגם אַ גאַנצע ריי געלערנטע און כּלל-טוער האָבן אין יאָר 1925 פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דעם דאָזיקן אינסטיטוט, איז מאַקס ווײַנרײַך געווען דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בײַם רודער פֿון דער נײַער, איצט שוין לאַנג לעגענדאַרער, אַקאַדעמישער אינסטיטוציע. ער האָט מיט איר אָנגעפֿירט סײַ אין ווילנע און סײַ אין ניו-יאָרק, ווען די מלחמה האָט אים פֿאַרוואָרפֿן אויף דער אַנדערער זײַט פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן. צווישן די זאַכן, וואָס האָבן לעצטנס היפּש געביטן — דווקא צום בעסטן — מײַן לעבן, פֿאַרנעמט זייער אַ בכּבֿודיק אָרט דער "סקײַפּ". הגם איך בין שוין צוגעוווינט געוואָרן צו דעם דאָזיקן "שפּילכל", כאַפּ איך זיך צו מאָל, אַז ס׳איז דאָך באמת אַ נס, וואָס פֿאַראייניקט, דערצו אומזיסט, מענטשן אומאָפּהענגיק פֿון דעם מהלך וואָס ליגט צווישן זיי.
וואָס מאַכט אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט פֿאַר אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט? צווישן די וויכטיקסטע פֿאַקטאָרן זײַנען, ערשטנס, אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן און צווייטנס, קאָנפֿערענצן. מיט אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן האַלט בײַ אונדז, אין הילכות ייִדיש, זייער שמאָל. טעאָרעטיש איז דאָ ערגעץ אַ זשורנאַל, אויף ענגליש, וואָס הייסט "ייִדיש", אָבער ווער זעט אים? ער גייט ניט אַרויס. עמעצער האַלט עס אין די הענט און לאָזט צו אים קיינעם ניט צו, כאָטש איך האָב געהערט וועגן געוויסע פּרוּוון דעם זשורנאַל ווידער אויפֿלעבן. אונטער דער מאַרקע פֿון ייִוואָ זײַנען אויך דאָ אַזעלכע "פֿאַרפֿרוירענע", קליניש-פֿאַרשטאָרבענע צײַטשריפֿטן, וואָס מענטשן, וועלכע זײַנען איצט גראָ, האָבן זיי געזען, ווען זייערע האָר האָבן נאָך געהאַט אַ קאָליר. מיט קאָנפֿערענצן איז דער מצבֿ אַ בעסערער. שוין אַ היפּש ביסל צײַט קלײַבט זיך צונויף אין דײַטשלאַנד אַ ייִדיש-קאָנפֿערענץ. דאָס קומט פֿאָר יאָר-אײַן יאָר-אויס אין צוויי אוניווערסיטעטן נאָכן סדר: אין טריר און אין דיסעלדאָרף. און עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע אַקאַדעמישע צונויפֿקומענישן, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדיש-לימודים. ווי אַ דוגמא, האָב איך די חוצפּה צו דערמאָנען דאָ דרײַ אַזעלכע פֿאָרומס, צו וועלכע איך אַליין האָב אַ דירעקטן שײַכות: אין אַ וואָך אַרום וועט אין ייִוואָ דורכגיין אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ, געווידמעט די אַמעריקאַנער יאָרן אין דעם לעבן פֿון מאַקס ווײַנרײַך, דער "טאַטע" פֿון ייִוואָ; סוף אַפּריל 2012, וועט אין דער דײַטשישער שטאָט רעגנסבורג זיך צונויפֿקלײַבן אַ געלערנטער עולם צו רעדן וועגן יוסף אָפּאַטאָשו, איינעם פֿון די בעסטע ייִדישע פּראָזאַיִקער אין אַמעריקע (אָבער דווקא אין דײַטשלאַנד איז גרינגער געווען צונויפֿקלײַבן אַן אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ, איידער אין אַמעריקע); |
Search |



























קהילה־לעבן