אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די באַטייליקטע אין דער ייִדיש־אונטערנעמונג אין שוועדן

מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין שוועדן באַשלאָסן צו געבן ייִדיש דעם סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט-שפּראַך, געשטיצט דורך דער מלוכה. מע האָט מיר עטלעכע מאָל דערציילט, ווי אַזוי דאָס אַלץ האָט זיך באַקומען. דאָך, פֿיל איך זיך ניט זיכער, פּינקטלעכער, ניט גענוג קוואַליפֿיצירט צו שרײַבן וועגן דעם. מע דאַרף אָבער ניט זײַן איבערגעשפּיצט, כּדי אין דעם באַשלוס ניט אײַנזען אַ צוגאָב פֿון פּאָליטיק, פֿון "שולד-געפֿיל", אין שײַכות מיט דער ראָלע, וואָס שוועדן — אָפֿיציעל, אַ נייטראַל לאַנד — האָט געשפּילט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין דער אמתן, ווילנדיק אויסמײַדן אַ מלחמה מיט דײַטשלאַנד, האָט די שוועדישע רעגירונג ניט איין מאָל קאָמפּראָמיטירט דעם סטאַטוס פֿון אַ נייטראַל לאַנד.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(צווייטער טייל)

איך בין נאָך ניט גרייט צו ענטפֿערן מיט פֿולער זיכערקייט אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס מע האָט אין יאָר 1926 געמאַכט אַזאַ קאָמוניסטישן טאַראַראַם אַרום דעם צענטן יאָרצײַט פֿון שלום-עליכמען. דער שרײַבער האָט דאָך קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו קאָמוניזם. וועגן אים האָט מען אויך ניט געקאָנט צוטראַכטן אַזעלכע מעשׂיות, ווי מע האָט דערציילט וועגן מענדעלע — אַז ער איז, כּלומרשט, געווען גליקלעך צו שטאַרבן (אין דעצעמבער 1917) שוין וויסנדיק, אַז די ליכט פֿון דער רעוואָלוציע האָט געוויזן אירע ערשטע שטראַלן.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(ערשטער טייל)

איך בין ניט דער ערשטער, וואָס האָט עס הײַיאָר באַמערקט, דהײַנו: ווי שטיל מען פּראַוועט (אויב מע פּראַוועט בכלל) דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום-עליכמען. אויב איך בין זיך ניט טועה, זײַנען ניט אַרויס קיין ממשותדיקע פּובליקאַציעס פֿון — אָדער וועגן — דעם ייִדישן קלאַסיקער. ערגעץ האָב איך געלייענט, אַז אין ישׂראל איז עפּעס געזאָגט און געשריבן געוואָרן, דער עיקר, אין דער רוסיש-שפּראַכיקער מעדיאַ, בעת די העברעיִשע קוואַלן האָבן ווייניק באַמערקט דעם יוביליי.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

...צוזאַמען מיט נאָך אַן אָפֿיציר, אויך אַ לייטענאַנט, האָבן מיר בײַנאַכט בשלום דורכגעפּויזנט אונטער שטעכלדראָט און זיך דערקליבן צו עפּעס אַ נידעריקן מויער. פּלוצעם איז מײַן שותּף אין דער אויסשפּיר-אָפּעראַציע אויפֿגעשטאַנען, האָט אַ פֿאָכע געטאָן מיט די הענט און איז אַוועק אין דער ריכטונג, וווּ עס האָט זיך פֿאַרגראָבן דער שׂונא. איך האָב באַשלאָסן, אַז מע דאַרף זיך וואָס גיכער אָפּטראָגן. בין איך אַוועק צוריק, צו אונדזערע.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נחמן מײַזיל

מיר ווייסן שוין, אַז ייִדישיזם האָט קיין מאָל ניט געשאַפֿן קיין באַוועגונג. איך רעד וועגן "ייִדישיזם" ניט פֿון דעם איצטיקן שניט (דאָס הייסט, פֿון זאָגן "קוקווינקל" אַנשטאָט "שטאַנדפּונקט"), נאָר וועגן דער אידעאָלאָגיע פֿון אַ הונדערט יאָר צוריק, ווען צענדליקער טויזנטער יחידים האָבן געגלייבט, אַז אַרום ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט מען געקענט אויסבויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע, צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. דאָס מיינט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט לחלוטין ניט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַזעלכע אָרגאַניזאַציאָנעלע קאָנסטרוקציעס.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
זלמן ווענדראָף אין די 20ער יאָרן

אין דוד בערגעלסאָנס בוך "ביראָבידזשאַנער" (מאָסקווע, 1934) באַווײַזט זיך אַ לעכערלעכע פֿיגור פֿון אַ פּערסאָנאַזש, וואָס הייסט יודל ליפֿשיץ:

געווען אַ מעשׂה מיט יודל ליפֿשיץ נאָך איידער ער איז געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן — ער איז דענסטמאָל בײַ זיך אין דער היים געווען אין "קראָליק-קאָאָפּעראַטיוו". איז אים אָנגעקומען אַ בריוו פֿון אַ האַלב-פֿאַרגעסענעם פֿרײַנד פֿון אַמעריקע. יענער האָט געגעבן צו וויסן, אַז אין אַמעריקע שרײַבט ער אין די צײַטונגען, געבעטן אים אָנשרײַבן, ווי אַזוי לעבט זיך אין שטאָט.

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם פֿרילינג-זמן האָב איך מיט סטודענטן געלערנט אַ קורס וועגן סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע. האָבן מיר גערעדט, פֿאַרשטייט זיך, אויך וועגן דעם חורבן. איך האָב זיי געגעבן צו לייענען אַ ליטעראַריש ווערק (אויסצוגן פֿון אַנאַטאָלי קוזנעצאָווס ראָמאַן) און צו קוקן אַ פֿילם וועגן באַבי יאַר — דער שחיטה אין קיִעוו אין סעפּטעמבער 1941. איך דערקלער דאָ דעם באַגריף "באַבי יאַר", ווײַל איך ווייס ניט, צי אַלע לייענער האָבן וועגן דעם געהערט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב געהערט, אַז עמעצער, דאַכט זיך אין דײַטשלאַנד, שרײַבט שוין יאָרנלאַנג אַ דאָקטאָר-אַרבעט אויף דער טעמע פֿון טראַקטאָריסטן און טראַקטאָריסטקעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געהערט האָב איך עס מיט אַ יאָר זעקס, צי זיבן, צוריק. אָבער קיין פֿאַרטיקער פּראָדוקט איז, אויף וויפֿל איך ווייס, פֿון אָט דער אידעע דערווײַל ניט אַרויס. אַ שאָד. די טעמע איז אַן אינטערעסאַנטע און אַ רײַכע. דער עיקר, אַ סאָוועטישע, פֿאַרשטייט זיך. (הײַנטיקע קלעזמאָרים האָבן ליב אַזעלכע "עקזאָטישע" זאַכן — ניט צופֿעליק האָט זיך פֿאַראַיאָרן באַוויזן אַ קאָמפּאַקטל מיטן נאָמען "טראַקטאָריסט".)

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די רעגירונג פֿון אוקראַיִנע קומט אָן פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו, יוני 24, 1934

מיט 75 יאָר צוריק, סוף יוני 1934, איז די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע אַריבערגעפֿאָרן פֿון כאַרקאָוו (אָדער כאַרקיוו, לויטן אוקראַיִנישן נוסח) קיין קיִעוו. פֿריִער, נאָך דער רעוואָלוציע, איז "ניט אָנגעשטאַנען" צו האָבן קיִעוו פֿאַרן צענטער פֿון סאָוועט-אוקראַיִנע, ווײַל די שטאָט האָט אויף זיך געטראָגן די שרעקלעכע זינד פֿון נאַציאָנאַליזם. מיט קיִעוו איז דאָך געווען פֿאַרבונדן די געשיכטע — אמת, אַ קורצע — פֿון דער אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט. אין כאַרקאָוו האָט מען געשאַפֿן די סאָוועטישע רעגירונג נאָך איידער מע האָט סאָוועטיזירט קיִעוו, און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איר געדענקט, אַ פּנים, ווי אין דעם פֿילם Moonstruck (וואָס איך האָב ליב און נעם אויף ווי, אין תּוך אַרײַן, אַ ייִדישע געשיכטע מיט איטאַליענישע פּערסאָנאַזשן) זאָגט צום סוף דער פֿאַרוויינטער עלטערער קאַסטאָריני: I am confused, "איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט" — דער זקן האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, מיט וועמען זײַן אייניקל גייט חתונה האָבן. אַזוי האָבן לעצטנס געהאַלטן בײַם פֿאַרפּלאָנטערן זיך די בריטישע ריכטער.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ייִדישער קוואַרטאַל אין ספּליט

איך בין זיכער, אַז אַ סך מענטשן האָבן איבערגעלעבט אַזאַ דערפֿאַרונג: דו גיסט דעם קעלנער דײַן קרעדיט-קאַרטל און באַקומסט עס צוריק מיט די ווערטער, אַז די באַנק לאָזט ניט דורך די טראַנזאַקציע. איך בין ניט נעכטן געבוירן געוואָרן, אַזוי אַז ווייניקער פֿון צוויי קאַרטלעך האַלט איך ניט און, ווי אַ פּועל-יוצא, האָב איך מיט וואָס זיך צערעכענען. כאַראַקטעריסטיש, אַז איך האָב קיין מאָל ניט געהאַט קיין צרות מיט מײַנע בריטישע קאַרטלעך — איך נוץ זיי אומעטום אין אייראָפּע.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך שרײַב די דאָזיקע שורות דעם 22סטן יוני. פֿאַר ס׳רובֿ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז עס, משמעות, נאָר דער לענגסטער טאָג אין יאָר. פֿאַר מיר איז עס תּמיד דער טאָג, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די סאָוועטיש-דײַטשישע מלחמה. איך געדענק עס, כאָטש דעם 22סטן יוני 1941 בין איך נאָך (ווי אַן עלטערער קרובֿ מײַנער פֿלעגט זאָגן) ניט געווען אַפֿילו פֿאַרפּראָיעקטירט. אָבער יענע מלחמה האָט איבערגעלאָזט אַזאַ טיפֿן, בלוטיקן שפּור אין מײַן משפּחה, אין דעם גאַנצן אַרום, אין וועלכן איך בין געבוירן געוואָרן,