פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

י. י. זינגער
אין דעם קומענדיקן נומער פֿון דעם זשורנאַל Prooftexts, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור-געשיכטע, וועט אַרויסגיין מײַן אַרטיקל וועגן דוד בערגעלסאָנס און י. י. זינגערס זשורנאַליסטישע באַשרײַבונגען פֿון מאָסקווע, וווּהין זיי זײַנען געקומען סוף 1926, ווי קאָרעספּאָנדענטן פֿון צוויי ניו-יאָרקער צײַטונגען: זינגער איז געקומען פֿון וואַרשע, ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס", און בערגעלסאָן איז געקומען פֿון בערלין, ווי אַ פֿריש-אויסגעבאַקענער פֿאָרשטייער פֿון דער קאָמוניסטישער "פֿרײַהייט"; אַהין איז ער, אָנהייב יאָר, אַוועק פֿון "פֿאָרווערטס".

פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה-יעקבֿ אַדערשלעגער

אַב. קאַהאַן, וואָס האָט באַשטימט די ליטעראַרישע פּאָליטיק פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ הייסער אָנהענגער פֿון רעאַליזם. וועגן דעם האָט ער זיך אַרויסגעזאָגט צענדליקער, צי אַפֿילו הונדערטער, מאָל. למשל, אין 1905 האָט ער געשריבן: "דער הײַנטיקער רעאַליזם איז פֿאַראינטערעסירט אין ווירקלעכן לעבן — אין דעם לעבן גופֿא, מיט זײַנע דערשײַנונגען, ווי זיי שטייען און גייען. ... די לעבעדיקייט און ריכטיקייט פֿון דעם געשילדערטן לעבן — דאָס איז די הויפּטזאַך".

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איידער די קאָמוניסטיש געשטימטע זשורנאַליסטן האָבן זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿון אַב. קאַהאַנס "פֿאָרווערטס" (כ׳האָב שוין פֿריִער געשריבן וועגן דער שפּאַלטונג פֿון סעפּטעמבער 1921), האָט די צײַטונג גאַנץ סימפּאַטיש זיך באַצויגן צו דעם נײַעם רעזשים אין רוסלאַנד. למשל, משה אָלגין, אין קורצן איינער פֿון די פֿירנדיקע "נײַע קאָמוניסטן", האָט אין 1921 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" אַ סעריע אַרטיקלען וועגן זײַן רײַזע אין סאָוועט-רוסלאַנד. נאָך פֿריִער, אין 1919, האָט די "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע אַרויסגעגעבן זײַן איבערזעצונג פֿון דזשאָן רידס בוך "צען טעג וואָס האָבן אויפֿגערודערט די וועלט".

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך


נאָך אונדז וועלן אייביק פֿאַרבלײַבן אין פּוילן,
זכרונות ווי וואָרצלען פֿון ביימער וואָס פֿוילן.

בינעם העלער (1946)



אין פּוילן מאַכט מען עס אַנדערש

יונג-ווילנע — די ייִדישע קינסטלערישע גרופּע
אַז מע קוקט זיך צו צום מצבֿ פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט אין דעם געוועזענעם סאָוועטישן בלאָק, וואַרפֿט זיך אין די אויגן די אַנטוויקלונג פֿון די אַקאַדעמישע לימודים אין פּוילן. אין דער רוסישער ייִדישער וויסנשאַפֿט, למשל, דאָמינירט נאָך אַלץ דער געלערנטער, וואָס האָט זיך פֿריִער באַשעפֿטיקט מיט ניט-ייִדישע טעמעס און שפּעטער, בדרך-כּלל אין די 1990ער יאָרן, אַריבער צו ייִדישע ענינים. אַ סך פֿון זיי זײַנען ייִדן און גרויסע קענער פֿון געשיכטע, ליטעראַטור וכ׳.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מ. באַראַנאָוו
דעם 24סטן אַפּריל 1927 האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿײַערלעך אָפּגעמערקט זײַן 30סטן יוביליי מיט אַ צונויפֿקומעניש פֿון 3,000 מענטשן אין דעם ניו-יאָרקער "סענטשורי טעאַטער". צווישן די רעדנער איז געווען אויך וויקטאָר בערגער (1860—1929), אַ סאָציאַליסטישער דעפּוטאַט אין דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. בערגער האָט באַשולדיקט די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם פֿאַר שטעלן די פּרעסע, ראַדיאָ און בילדונג אונטער איר שטרענגן קאָנטראָל און געלויבט דעם "פֿאָרווערטס", ווי אַ מוסטער פֿון אַן עכטער סאָציאַליסטישער צײַטונג, וואָס האָט ניט איבער זיך קיין קאַפּיטאַליסטישן באַלעבאָס.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר וואָלט מען געקענט אָפּמערקן דעם 120סטן יובֿל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער סאָציאַליסטישער פּרעסע. דער פֿאַקט, וואָס מע האָט די דאַטע ניט געפֿײַערט, ווײַזט דעם נעבעכדיקן מצבֿ פֿון סאָציאַליזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בפֿרט פֿון דעם ייִדישן סאָציאַליזם. אַזוי צי אַזוי, אָבער דאָס יאָר 1886 איז געווען אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער פֿאָר-געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס".

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעאָן קרישטאָל
דעם 23סטן אויגוסט 1959 האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קורצן נעקראָלאָג:

"לעאָן קרישטאָל, וואָס איז אין משך פֿון זיבן-און-דרײַסיק יאָר געווען אַ מיטגליד פֿון דעם זשורנאַליסטישן פּערסאָנאַל אין 'פֿאָרווערטס’, אַ ניו-יאָרקער טעגלעכער פֿרימאָרגנדיקער ייִדישער צײַטונג, איז געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַק נעכטן בײַטאָג אין אַ בראָדוויי-רעסטאָראַן. געלעבט האָט ער לויטן אַדרעס: 55 וועסט 95טע גאַס.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שמעון וועבער

אין אויגוסט 1984 האָט שמעון וועבער, דער דעמאָלטיקער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (ער איז געשטאַנען בראָש דער צײַטונג אין די יאָרן 1970—1987), געגעבן אַן אינטערוויו פֿאַר מילדרעד פֿינגער, וואָס האָט עס געטאָן ווי אַ טייל פֿון אַ גרויסן פּראָיעקט פֿון רעקאָרדירן שמועסן מיט אַמעריקאַנער ייִדישע אַקטיוויסטן. סײַ מיט דער רעקאָרדירונג, סײַ מיטן טראַנסקריפּט פֿון דעם דאָזיקן אינטערוויו קען מען זיך באַקענען אין דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק.

פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מוזיי ״זשע דע פּאַום״, אין פּאַריז, וווּ די נאַציס האָבן פֿאַרזאַמלט מער ווי 22,000 צוגעראַבעוועטע קונסטווערק
דער ענין פֿון אומקערן די קונסטווערק, וועלכע האָבן פֿאַר דער נאַצי־תּקופֿח געהערט צו ייִדישע אייגנטימער, איז אין דער לעצטער צײַט געוואָרן זייער אַקטועל. דערצו זײַנען פֿאַראַן עטלעכע סיבות: סײַ פּאָליטישע, סײַ עקאָנאָמישע. ניט קיין לעצטע ראָלע שפּילט אין דעם ענין דער הויכער נאָכפֿרעג פֿון קונסטווערק אויפֿן הײַנטיקן מאַרק. די רעסטיטוציע דינט ווי דער וויכטיקסטער מקור פֿון נײַער טײַערער קונסט־סחורה. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער איז די גאַנצע וועלט פֿון קונסטהאַנדל אויפֿגעטרייסלט געוואָרן דורך דעם ריזיקן פּרײַז, וואָס דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער גבֿיר און קונסט־זאַמלער ראָנאַלד לאַודער האָט באַצאָלט פֿאַר אַ פּאָרטרעט פֿון דעם עסטרײַכישן קינסטלער גוסטאַוו קלימט.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בנימין פֿײַגענבוים
די ייִדישע טעגלעכע פּרעסע אין אַמעריקע איז געווען, אין גרונט, אַ וועלטלעכע. אַ סימן פֿון דעם איז די באַציִונג צו שבת: למשל, פֿון די פֿיר טעגלעכע צײַטונגען, וואָס זײַנען אַרויס אין ניו-יאָרק אין די 20ער יאָרן און שפּעטער, האָט נאָר דער "מאָרגן-זשורנאַל" געהיט שבת. אָבער אַפֿילו צווישן די סאָציאַליסטן-אַפּיקורסים זײַנען ניט אַלע געווען קעגנעריש געשטימט צו די ייִדישע טראַדיציעס. נאָר אַ געוויסער טייל האָט אָפּגעוואָרפֿן אַלע סענטימענטן פֿאַר די מינהגים. צו דעם זגאַל האָט געהערט בנימין פֿײַגענבוים (1860—1932).

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע פּראָמינענטע סאָציאַליסטן, צווישן זיי: פֿראַנק קראָסווייט, מאַקס ווינטער,
אַב קאַהאַן (אין מיטן), וויליאַם קאַרלין, 1920ער יאָרן
די טעג האָב איך אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט אַרײַנגעקוקט אין דער אַרכיוון-קאָלעקציע פֿון ברוך וולאַדעק (1886—1938), דעם פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" במשך פֿון צוואַנציק יאָר. אַ וועטעראַן פֿון דעם "בונד" און אַן אַקטיווער כּלל-טוער אין אַמעריקע (מע האָט אים דרײַ מאָל אויסגעוויילט אין ניו-יאָרקער שטאָטראַט), האָט ער געפֿירט קאָרעספּאָנדענץ מיט הונדערטער יחידים און אינסטיטוציעס. אַ סך טעמעס ווערן אָפּגעשפּיגלט אין די בריוו. אייניקע געהערן צו קורצע עפּיזאָדן אין לעבן פֿון וולאַדעקן צי זײַנע אַדרעסאַטן, די אַנדערע טעמעס פֿאַרשווינדן קיין מאָל ניט פֿון דעם סדר-היום.

ליטעראַטור

דאָניע איז אַ פֿרוי מיט דרײַ נעמען. אין קיִעוו האָט מען זי גערופֿן דאַשאַ. אין ניו-יאָרק איז זי געוואָרן דעבי. רופֿט זי זיך אָפּ אויף אַלע דרײַ נעמען: דאָניע איז זי געבליבן פֿאַר די גאָר אייגענע, דאַשאַ איז זי פֿאַר אַלטע פֿרײַנד, און דעבי — פֿאַר די מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין משך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר. וועגן דעם, אַז זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ דעבי, האָב איך נאָר געהערט. אין ניו-יאָרק האָב איך זי געזען, ווען זי האָט דעם דריטן נאָמען נאָך ניט געהאַט.