פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ חודש צוריק, שוין צום סוף פֿון דעם אַקאַדעמישן יאָר, איז מײַן שמועס מיט אַ קלאַס פֿון אַן ערך פֿערציק ביזגראַדויִר-סטודענטן אַוועק אין אַ ריכטונג, אין וועלכער מיר האָט אויסגעזען לאָגיש צו פֿרעגן זיי: "וועלכע ייִדישע שרײַבער האָט איר געהאַט געלייענט סתּם אַזוי, ניט ווי אַ היים-אַרבעט, וואָס איינער פֿון די פּראָפֿעסאָרן גיט אײַך?" צוויי סטודענטן (מיר דאַכט זיך, אַז ביידע האָבן געשטאַמט פֿון רוסיש-ייִדישע משפּחות) האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן געהאַט געלייענט שלום-עליכמען. קיינער — קיינער! — האָט ניט געלייענט באַשעוויסן. אין שײַכות מיט יצחק באַשעוויס-זינגערן באַקום איך ענלעכע ענטפֿערס פֿון אַמעריקאַנער סטודענטן שוין אין משך פֿון זעקס יאָר.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
מאַקס ווײַנרײַך, 1929 (פֿאָטאָ פֿון א. קאַציזנע)

אין פֿערציק יאָר אַרום נאָך זײַן פּטירה, פֿאַרנעמט מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969) דעם העכסטן פּעדעסטאַל אין דער ייִדישער שפּראַך-קענטעניש. גלײַכצײַטיק, ווייסן מיר זייער ווייניק וועגן זײַן לעבן. ס׳איז שוין ניט איין מאָל געזאָגט און געשריבן געוואָרן, אַז — אַ חוץ ענציקלאָפּעדישע אַרטיקלען — האָבן מיר זייער ווייניק ביאָגראַפֿישע ווערק מכּוח די יחידים, וואָס האָבן בשעתּם געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אין דער ייִדישער קולטור. מיר שײַנט, אַז טיילווײַז איז אַזאַ מצבֿ פֿאַרבונדן מיט אַן אָביעקטיווער שוועריקייט צו באַהאַנדלען דעם מאַטעריאַל. די פֿאָרשער, וואָס נעמען זיך אונטער צו שרײַבן וועגן אַזאַ פֿיגור ווי ווײַנרײַך, מוזן דאָך קענען לייענען (לכל-הפּחות) ייִדיש, דײַטש, רוסיש און ענגליש און זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין די פּאָליטישע און קולטור-ענינים פֿון רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שוין אָפּגעשמועסט פֿון די פֿראַגן פֿון ייִדישער קולטור, שפּראַך און געשיכטע.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין לעצטנס אַוועק הערן אַ לעקציע וועגן דעם קאַמף פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. דעם לעקטאָרס בוך האָב איך געהאַט געלייענט און גענוצט בײַם צוגרייטן מײַנע קלאַסן, אַזוי אַז מיך האָט לחלוטין ניט געחידושט דער הויכער ניוואָ פֿון דער פּרעזענטאַציע. געחידושט האָט מיך די נישטיקע צאָל מענטשן, וואָס זײַנען געקומען אים הערן; עטלעכע גראַדויִר-סטודענטן און יונגע געלערנטע, ווי אויך אַ פּאָר געוועזענע אַקטיוויסטן פֿון דער באַוועגונג פֿאַר עמיגראַציע. און שוין. אַ סימן, אַז דער ענין איז שוין אויסגעשעפּט געוואָרן און איז אַריבער אין דער קאַטעגאָריע פֿון אַ מסורה.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

א.

די טעגלעכע אינטערנעץ-קאָרעספּאָנדענץ מײַנע גייט אויף דרײַ שפּראַכן: ענגליש, ייִדיש און רוסיש. און יעדע שפּראַך פֿאָדערט אַ ספּעציפֿישן עטיקעט. מיט רוסיש און ייִדיש האָב איך ניט קיין באַזונדערע שוועריקייטן. מע דאַרף, פֿאַרשטייט זיך, ניט פּלאָנטערן, מיט וועמען איך בין אויף "דו" און מיט וועמען — אויף "איר". אין ענגליש עקזיסטירט ניט די פּראָבלעם פֿון "דוצן זיך" און "אירצן זיך", אָבער עס זײַנען דאָ אַנדערע קאָפּווייטיקן, דהײַנו: מע מוז געדענקען, וווּ דער אַדרעסאַט געפֿינט זיך: פֿון ענגלאַנד צי פֿון אַמעריקע.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די ייִדישע פּראָזע-שרײַבער, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין דער ליטעראַטור אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) געווען איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע און פּאָפּולערע. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט זײַן ראָמאַן “אין פּוילישע וועלדער" (1921), וואָס האָט געהאַט אַ צענדליק אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש און איז אַרויס אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, אַזעלכע ווי העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און אוקראַיִניש. אין דעם ראָמאַן האָט דער מחבר געוויזן די ליכטיקע זײַטן און די שאָטנס פֿון חסידישן לעבן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מאַכט אין יאָר 1863.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בוך "בײַבאַלטיק און דער קרעמל"

דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, ניט קיין רעצענזיע, נאָר אַ מעשׂה אַרום אַ בוך.

די זאַך איז אַז אין די חדשים און טעג וואָס איך געפֿין זיך אין אַמעריקע, וווין איך אין אַ דירה אין ברײַטאָן-ביטש. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, די באַקאַנטע רוסיש-ייִדישע געגנט, מיט אַלע אירע מעלות און חסרונות. דאָס קאָאָפּעראַטיווע הויז שטייט האַרט בײַם אַטלאַנטישן אָקעאַן, ממש אויף דער ברייטער זאַמדיקער פּלאַזשע, אָבער מײַן דירה האָט זיך פֿון דער ימישער שיינקייט אָפּגעקערט. זי קוקט אויף ברוקלין, און ווײַל ברוקלין איז ניט פֿאַרבויט מיט באַזונדערס הויכע בנינים, זעט מען פֿון מײַן פֿענצטער אַ ברייטע פּאַנאָראַמע פֿון דעם גרעסטן טייל פֿון דער מאַנהעטענער וואָלקן-קראַצערישער לאַנדשאַפֿט.

פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ מאָל האָט מען בײַ מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן קיין געבוירן־טעג, אָדער "אימענינעס", ניט געפּראַוועט, ווײַל מע האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ גוייִשן מינהג. דוד בערגעלסאָן האָט אין זײַן ראָמאַן "בײַם דניעפּר" באַשריבן דעם קאָנפֿליקט אין דער משפּחה פֿון זײַן ליטעראַרישן העלד: דער עלטערער דור האָט געקוקט קרום אויף די נײַ-מאָדישע אימענינעס פֿון זייערע קינדער. איצט איז עס, פֿאַרשטייט זיך, אַנדערש, אַזוי אַז מע דאַרף זיך ניט שעמען און אָפּמערקן דעם 112טן געבוירן־טאָג פֿון "פֿאָרווערטס". דער ערשטער נומער פֿון דער צײַטונג איז דאָך אַרויס דעם 22סטן אַפּריל 1897.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געשיכטע פֿון מאָדערנער ייִדישע קולטור האָט צוויי פּאַראַלעלע מסורות: איינע פֿון זיי שטעלט מיט זיך פֿאָר “סתּם געשיכטע", בעת די צווייטע — די ייִדישיסטיש-אַפּאָלאָגעטישע — איז אידעאָלאָגיש אָנגעזעטיקט און זינדיקט אַפֿילו צומאָל קעגן דעם אמת. די ערשטע שטעלט פֿאַר זיך אַ ריין אַקאַדעמישן ציל, די צווייטע — האָט די נטיה צו בויען מיטאָלאָגיעס. צווישן די מיטאָלאָגעמעס שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע, למשל, די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. יאָר-אײַן יאָר-אויס חזרט זיך איבער די זעלבע מעשׂה.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוסף שערמאַן

דעם 20סטן מערץ איז געשטאָרבן מײַן קאָלעגע און פֿרײַנד, דער באַקאַנטער איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש און ליטעראַטור-קענער יוסף שערמאַן. נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק, אָנהייב דעצעמבער, האָבן מיר ביידע זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ אין דער דײַטשישער אוניווערסיטעטישער שטאָט הײַדעלבערג. יוסף האָט זיך דעמאָלט ניט באַקלאָגט אויפֿן געזונט. אמת, די שטימונג איז בײַ אים געווען ניט פֿון די בעסטע, ווײַל דאָס איז געווען זײַן לעצט אַקאַדעמיש יאָר אין אָקספֿאָרד. אין מײַ חודש האָט ער געדאַרפֿט ווערן 65 יאָר אַלט, וואָס איז אין ענגלאַנד דער עלטער, ווען מע מוז, בדרך-כּלל, פּענסיאָנירט ווערן.

ייִדיש־וועלט, קולטור, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

אין אויגוסט 1914, ווען די ערשטע וועלט-מלחמה איז אויסגעבראָכן, איז עס גלײַך געוואָרן אַ טראַגעדיע פֿאַר הונדערטער טויזנטער ייִדן. ערשטנס, האָבן בלוטיקע באַטאַליעס זיך אָפּגעשפּילט אויף די טעריטאָריעס, געדיכט באַפֿעלקערטע דורך ייִדן. צווייטנס, האָבן בערך פֿינף הונדערט טויזנט ייִדן געדינט אין די אַרמייען פֿון ביידע צדדים אין דער בלוט-פֿאַרגיסונג. די רוסישע אַרמיי האָט כּמעט גלײַך גענומען באַשולדיקן די ייִדן פֿונעם תּחום-המושבֿ אין סימפּאַטיעס צו די דײַטשן.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס מיליטערישע מוזדינסט האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל אויף דער גאַנצער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע. קודם-כּל, איז געווען די אָנשיקעניש פֿון נעמען — און אָפֿט מאָל פּשוט כאַפּן — יונגע ייִדן און האַלטן זיי ווי "קאַנטאָניסטן" אין משך פֿון פֿינף-און-צוואַנציק יאָר. (צוריק גערעדט, אַ דאַנק די קאַנטאָניסטן האָבן זיך אויפֿגעבויט ייִדישע קהילות, וווּ אַנדערש האָבן ייִדן ניט געטאָרט זיך באַזעצן.) אָבער אויך שפּעטער,

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די דאָזיקע געשעעניש האָט זיך אָפּגעשפּילט מיט בערך פֿופֿציק יאָר צוריק. אין דער שטאָט אין אוקראַיִנע, וווּ איך בין געוואַקסן, האָט זיך באַוויזן אַ פּאַרשוין פֿון ריגע. מיר דאַכט זיך, אַז איך געדענק אַפֿילו, ווי ער האָט אויסגעזען. אפֿשר האָט ער זיך פֿאַרגעדענקט צוליב זײַן אויסזען — עס האָט זיך געפֿילט אין אים אַ גרויסשטאָטישע, ממש אייראָפּעיִשע אָנשטענדיקייט. און זײַן ייִדיש האָט געקלונגען ליטוואַקיש, ווי בײַ ס׳רובֿ מענטשן אין מײַן אַרום.