אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דווקא אין אוקראַיִנע האָט ייִדיש איבערגעלעבט אַ באַזונדערס טראַגישן אונטערגאַנג. אין רוסלאַנד זײַנען פֿונדעסטוועגן דאָ ערנסטע פֿאָרשער און לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור. אַפֿילו אין ווײַסרוסלאַנד זעט עס אויס — לכל-הפּחות פֿון דער ווײַטנס — בעסער איידער אין אוקראַיִנע. איך רעד שוין ניט וועגן פּוילן, וווּ עס זײַנען טעטיק אַ צאָל ערנסט-אויסגעשולטע אינטעלעקטואַלן פֿונעם ייִנגערן דור.

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער דענקמאָל פֿון שלום־עליכמען אין ביראָבידזשאַן

אין ביראָבידזשאַן קלײַבט מען זיך אָפּמערקן שלום-עליכמס יובֿל. מע טענהט, אַז די געגנטלעכע ביבליאָטעק האָט די בעסטע זאַמלונג אין רוסלאַנד פֿון שלום-עליכמס ווערק, וואָס זײַנען אַרויס אויף ייִדיש — אַזש 110 ביכער. אפֿשר. אָבער — לויט אַלע סימנים נאָך — וועט מען אין דער געגנט נאָך ברייטער פּראַווען דעם 210טן יוביליי פֿון אַלעקסאַנדר פּושקינען, בפֿרט נאָך אַז אין דער שטאָט פֿירט אַן אַקטיווע טעטיקייט דער פּושקין-קלוב, בראָש מיטן היגן ענטוזיאַסט ראָמאַן פֿײַן.

ליטעראַטור, אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין 1948 איז אין רוים אַרויס אַ בוך אונטערן טיטל "דער ייִדישער אָנטייל אין דער פּאַרטיזאַנער-באַוועגונג פֿון סאָוועט-רוסלאַנד". מיר איז באַקאַנט, אַז ס׳איז דאָ אויך אַן ענגלישער נוסח, Jewish Partisans of Eastern) Europe 1985), אָבער כ׳ווייס ניט אויף וויפֿל ער פֿאַלט צונויף מיטן ייִדישן. צו דעם מחבר, משה קאַגאַנאָוויטש, וואָס איז אַליין געווען אַ פּאַרטיזאַנער, האָט מען געהאַט טענות, למאַי ער האָט צו וואַרעם געשריבן וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. לויט קאַגאַנאָוויטשן, באַקומט זיך טאַקע, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט געטאָן זייער אַ סך, כּדי די פּאַרטיזאַנער זאָלן ראַטעווען וואָס מער ייִדן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַן אַרײַנבליק אין דער געשעפֿטלעך-עקאָנאָמישער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס"

דעם 22סטן דעצעמבער 1918 האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט, אַז פֿונעם נײַעם יאָר אָן וועט די צײַטונג אַרויסגיין אויך אין שיקאַגאָ. די דאָזיקע געשעעניש האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַ צונויפֿקומעניש פֿון אַרום 15 טויזנט ענטוזיאַסטישע לייענער — דעם 2טן יאַנואַר 1919 איז עס אָנגערופֿן געוואָרן, אויפֿן ערשטן זײַט, "דער ריזיקער פּראַכטפֿולער יום-טובֿ לכּבֿוד דעם נײַעם ׳פֿאָרווערטס׳ אין שיקאַגאָ". ס׳איז טאַקע געווען מיט וואָס זיך צו גרויסן, ווײַל ביוראָען פֿון דער צײַטונג האָט מען גענומען עפֿענען אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס לאָזט זיך אויס, אַז אין שײַכות מיט לייענען, געפֿינט זיך דער הימל דערווײַל גאָר ניט בײַ דער ערד — אַזוי, לכל-הפּחות ווײַזט די לעצטע פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער. צום ערשטן מאָל אין דעם 21סטן יאָרהונדערט זעט מען, אַז ס׳איז גרעסער געוואָרן די צאָל לײַט, וואָס לייענען ליטעראַטור. אמת, מיינט נאָך ניט, אַז דאָס איז אַ בשׂורה-טובֿה פֿאַר די קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן, ווײַל אַ היפּשער טייל מענטשן, בפֿרט יונגע, לייענען ראָמאַנען און דערציילונגען נעמענדיק עס אין אינטערנעץ. אַגבֿ, פּאָעזיע לייענט כּמעט קיינער ניט, דאָס איז געוואָרן, צום באַדויערן, אַ זשאַנער פֿאַר אַ פּיצינקער גרופּע עסטעטן.

‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
יעקבֿ לעשצינסקי (צווייטער פֿון רעכטס), דער היסטאָריקער — שמעון דובנאָוו (אין מיטן), מאיר־אַבֿרהם הלוי פֿון בוקאַרעשט (לינקס) און אַנדערע דעלעגאַטן בײַ דער ייִוו״אָ־קאָנפֿערענץ שטייען בײַם קבֿר פֿון צמח שאַבאַד, דער פֿירער פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי און אַ גרינדער פֿון ייִוו״אָ, אין ווילנע

נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד בכלל און אין בערלין בפֿרט האָבן זיך באַזעצט טויזנטער פּלטים פֿון מיזרח-אייראָפּע. צווישן זיי זײַנען געווען אויך ניט ווייניק טוער פֿון ייִדישער קולטור. די היפּער-אינפֿלאַציע, וועלכע האָט געפּלאָגט די עקאָנאָמיע פֿון דײַטשלאַנד, האָט גלײַכצײַטיק געבראַכט רווח פֿאַר ייִדישע פֿאַרלעגער.

קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט"

די טעג האָב איך געקוקט, מיט גרויס הנאה, דעם פֿילם Slumdog Millionaire, "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט", וואָס וועט, אַ פּנים, צונויפֿקלײַבן אין דעם סעזאָן אַ היפּש ביסל באַלוינונגען. ס'איז אַן אינטערעסאַנטע קינאָ-אַרבעט — ניט קיין אינדישע, נאָר וועגן אינדיע, וועגן אַ לאַנד וואָס שליסט זיך אײַן אין דער מאָדערנער וועלט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב זיך זייער דערפֿרייט, ווען אַ פֿרײַנד האָט מיר געבראַכט פֿון מאָסקווע אַ נײַ רוסיש בוך "פּאָעזיע און פּאָעטיק פֿון אַ שטאָט Поэзия и поэтика города: Wilno — ווילנע — Vilnius", וואָס איז דערשינען אין אַ בכּבֿודיקן פֿאַרלאַג. וואָס שייך "ןן" אויפֿן אָרט פֿון "וו", האָב איך זיך ניט פֿאַרפּלאָנטערט אין די ייִדישע אותיות — אַזוי שטייט עס טאַקע געשריבן אויף ביידע זײַטן פֿון דער הילע: "ןןילנע". נאָך מער: דער דאָזיקער דרוק־פֿעלער אַנטפּלעקט, ממש אויף אַ פֿרוידיאַנישן אופֿן, די פּראָבלעם פֿון אָט דער מאָנאָגראַפֿיע, וועלכע עס האָט אָנגעשריבן וואַלענטינאַ בריִאָ, אַ געוועזענע ווילנער אײַנוווינערין און הײַנט אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער מחבר קריגט אַ מציאה אין מאַרק

מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, דעם 28סטן יאַנואַר 1994, האָט הלל האַלקין, דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט און פֿילאָלאָג, אַנטפּלעקט אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" אַ שטיקל סענסאַציע, דהײַנו: אַז מוסטאַפֿאַ קעפֿאַל אַטאַטורק (1881—1938), דער טאַטע פֿון דער מאָדערנער טערקישער מלוכה אויפֿגעבויט אין די פֿריִע 1920ער יאָרן אויף די חורבֿות פֿון דער אָטאָמאַנער אימפּעריע, איז, משמעות, געווען אַ ייִד, אָדער כּמעט אַ ייִד.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ניקאָלײַ קיסעלעוו

ס'איז גוט באַוווּסט, אַז אַב. קאַהאַן, דער גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ גרויסער רוסאָפֿיל. ער האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט אין זײַנע אַרטיקלען אין דער צײַטונג. למשל, דעם 2טן יאַנואַר 1921 האָט ער געלויבט "די רוסישע אָפֿנהאַרציקייט און די רוסישע פֿעיִקייט זיך אָפּצורופֿן אויף דעם רוף פֿון יושר". דעם אמת זאָגנדיק, האָב איך תּמיד פּראָבלעמען מיט אַרויסזאָגונגען פֿון אַזאַ סאָרט, ווײַל אין זיי ליגט באַגראָבן עפּעס אַ פֿאַרגלײַך, דהײַנו: מענטשן פֿון אַזאַ פֿאָלק רופֿן זיך אָפּ בעסער ווי מענטשן פֿון אַן אַנדער פֿאָלק.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ

דעם 20סטן דעצעמבער איז אין עלטער פֿון 92 יאָר געשטאָרבן די באַוווּסטע סאָוועטישע באַלערינע אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ. פֿון איר האָט אַ וועלט געהאַלטן סטאַלין, ס׳איז אַפֿילו ניט אויסגעשלאָסן, אַז זי איז געווען זײַן קאָכאַנקע. וועגן דעם האָט מען, יעדנפֿאַלס, גערעדט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער דיקטאַטאָר האָט זי ממש באַשאָטן מיט פֿאַרשיידענע באַלוינונגען.

לעפּעשינסקאַיאַ האָט געהאַט דרײַ מענער. איר ערשטער מאַן איז געווען דער קינאָ-רעזשיסאָר איליאַ טראַובערג. אין די 1940ער און אין די פֿריִע 1950ער יאָרן האָט זי געהאַט אַן אַנדער ייִדישן מאַן — דעם גענעראַל-לייטענאַנט לעאָניד רײַכמאַן (1908—1990).

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס ייִדישע רעליגיעזע לעבן איז, אין תּוך אַרײַן, אַ ריזיקער לייענקרײַז. ניט צופֿעליק האָבן מיר אין אונדזער שפּראַך דעם פּלאָנטער מיטן וואָרט "שול" — איז עס אַן אָרט, וווּ מע דאַוונט, צי עס איז אַן אָרט וווּ מע לערנט (לייענט)? די סאָציאַליסטישע טעטיקייט צווישן ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט צום סוף פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט, האָט אויך טיילווײַז אויסגעזען ווי אַ לייענקרײַז: אַן אינטעליגענטער מאַנצביל צי אַן אינטעליגענטע פֿרוי פֿלעגט קומען צו אַ גרופּע אַרבעטער,