User loginSearch |
אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן צעטיילן זיך אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. עס זײַנען דאָ גרויסע יאַרידן, מיט הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער אָנטיילנעמער. איך האַלט ניט פֿון אַזעלכע צונויפֿקומענישן, מחמת זיי האָבן מער צו טאָן מיט אַקאַדעמישער פּאָליטיק צי אַקאַדעמישן סאָציאַלן לעבן איידער מיט וויסנשאַפֿט גופֿא. אַ סך בעסער — יעדנפֿאַלס נאָך מײַן געשמאַק נאָך — זײַנען קלענערע, "געמיטלעכע" קאָנפֿערענצן,
פֿון סאַמע אָנהייב אָן איז דער "פֿאָרווערטס" ניט געווען קיין "נאָרמאַלע צײַטונג" — דאָס הייסט אַ צײַטונג, וואָס ציט צו דעם לייענער נאָר דורך דעם אינהאַלט און אויסזען פֿון די פּובליקאַציעס. צו זײַן אַ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אָפֿט מאָל געמיינט אויך אַ מיטגלידערשאַפֿט. די סאָציאַלע באַזע פֿאַר דער צײַטונג האָבן געשאַפֿן די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, יוניאָנס. דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין געשריבן וועגן דער אויסשטעלונג "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועט-רוסלאַנד", וואָס מע קען איצט זען אין דעם ניו-יאָרקער ייִדישן מוזיי. אָבער איך האָב דערווײַל איבערגעלייענט אויך אַן אַרטיקל אין "ניו-יאָרק טײַמס" (דעם 7טן נאָוועמבער — צופֿעליק אין דעם יאָרטאָג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע), געווידמעט דער דאָזיקער אויסשטעלונג.
שמעון דובנאָוו, דער ייִדישער היסטאָריקער און פּאָליטישער טעאָרעטיקער, האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות (אויף רוסיש) וועגן דער בערלינער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, ווי ער האָט אין מאַרץ 1926 זיך דערלויבט אָפּצורוען נאָר אַ וואָך-צײַט ניט ווײַט פֿון בערלין. "אין פֿיכטענגרונד, וווּ כ׳פֿלעג — אין דער איבערגאַנג צײַט צווישן ווינטער און וועסנע — פֿירן שמועסן מיטן וואַלד. בעת מײַן שפּאַצירן האָט מיך דאָרטן באַגלייט דער יונגער בעלעטריסט שמואל לעווין, וועלכער האָט מיר געלייענט, אויף אַ פּויליש-אַקצענטירטן ייִדיש, זײַנע דראַמעס און ראָמאַנען פֿון חסידישן לעבן. אַ מאָדנע וואָך איז בײַ מיר געווען. מאָנטיק האָב איך אָפּגעלערנט די קלאַסן אין ניו-יאָרק און זיך גלײַך געלאָזט אין וועג אַרײַן — קיין פּאַריז. עס קלינגט — און עס איז — באַקוועם: צען אַזייגער אויף דער נאַכט פֿליסטו אַרויס, און אין דער פֿרי ביסטו שוין אויפֿן אָרט. אָבער די נאַכט דאַרף מען דאָך אויך איבערלעבן. זיצנדיקערהייט קען איך ניט שלאָפֿן מער פֿון פֿיר שעה. מאַכט טאַקע אַזאַ נאַכט-נסיעה מיד, בפֿרט נאָך אַז די ייִנגלשע כּוחות זײַנען פֿאַרבליבן אין פֿאָריקן יאָרהונדערט. מיט פֿערציק יאָר צוריק איז אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן ענגליש-ייִדיש ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך". דאָס ווערטערבוך הערט ניט אויף צו דינען ווי דער וויכטיקסטער לעקסיקאָגראַפֿישער אינסטרומענט בײַם לערנען ייִדיש אין ענגליש-שפּראַכיקע און ענגליש-קענענדיקע קרײַזן, און פֿאַר דעם זאָל עס גערימט און געקרוינט זײַן. אָבער גלײַכצײַטיק האָט עס אַרײַנגעלייגט אונדזער שפּראַך אין אַ סדום-בעטל — הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער מענטשן רעדן איצט די ווערטערבוך-שפּראַך, האָט איר, אפֿשר, באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַן ערנסט בוך, וואָס האָט אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש (למשל, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער), באַמערקט מען, בדרך-כּלל, ניט אַפֿילו אין דער ייִדישער (דאָס הייסט, "דזשויִש") פּעריאָדיק. אָבער ווען עס באַווײַזט זיך אַ בוך פֿון ייִדישע וויצן (ייִדיש איז דאָך funny!), צי אַ בוך, וווּ ייִדיש ווערט אויסגענוצט בלויז ווי אַ מין טעאַטער-דעקאָראַציע, — אַזאַ סחורה ווערט גלײַך אונטערגעכאַפּט, אַרומגערעדט און געלויבט.
דעם 8טן דעצעמבער 1991 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי-גערופֿענער "בעלאָוועזשער אָפּמאַך", וועלכער האָט געבראַכט צום סוף פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם דאָס האָט, אין תּוך אַרײַן, אויך באַטײַט דעם סוף פֿון סאָוועטישן קאָמוניזם, האָבן אַ סך געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי אָפּגעהיט פֿאַר זיך צענטראַלע פּאָזיציעס אין נאָך-סאָוועטישע לענדער. איינער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע פּראָפּאַגאַנדיסטן איז מיכאַיִל פּאָלטאָראַנין, דער 69־יאָריקער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון ברעזשנעווס תּקופֿה און דער פּרעסע-מיניסטער אין יעלצינס רעגירונג.
מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין "מענדעלע", דעם אינטערנעץ-אַדרעס וווּ מע קיבעצט וועגן ייִדיש, זיך צערעדט וועגן דעם באַגריף "ייִדישלאַנד". דער עיקר, וועגן דעם, פֿון וואַנען דאָס וואָרט בכלל האָט זיך גענומען. יוסף ווײַסמאַן, דער אויסערגעוויינטלעך ערודירטער מענטש און איינער פֿון די טאַטעס פֿון "מענדעלע", האָט דעמאָלט אָנגעוויזן אויף צוויי זאַכן: ערשטנס, אַז דאָס וואָרט איז באַזונדערס פּאָפּולער אין פֿראַנצויזיש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס; צווייטנס, אַז דאָס וואָרט באַווײַזט זיך אין אַ טעקסט, וואָס חיים זשיטלאָווסקי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאָר 1937.
אין רוסלאַנד זײַנען איצט זייער ברייט פֿאַרשפּרייט טעאָריעס פֿון וועלט-קאָנספּיראַציעס, געצילט קעגן זייער לאַנד. עס זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק אַנאַליטיקער, וועלכע טענהן, אַז דער גאַנצער עקאָנאָמישער קריזיס איז, אין דער אמתן, אַן אופֿן צו שטעלן רוסלאַנד אויף די קני. (בכלל, מע רעדט דאָרטן די גאַנצע צײַט וועגן דער פּאָזע, אין וועלכער עס געפֿינט זיך, כּלומרשט, דאָס לאַנד.) אַ סבֿרא, אַז די פּני פֿון דער רוסישער אידעאָלאָגיע האָבן אויסגעקליבן פֿאַר זייער מדינה און געזעלשאַפֿט דעם פּאַטריאָטיש-נאַציאָנאַליסטישן אימאַזש פֿון אַ "באַלאַגערטער פֿעסטונג".
בײַ אַברהם רייזענען איז דאָ אַ קורצע דערציילונג, אין וועלכער דער הויפּטהעלד חלומט וועגן אַ קוק טאָן אויף אַמעריקע מחוץ ניו-יאָרק. זײַן חלום איז ניט באַשערט געווען מקוים צו ווערן, ווײַל ער, אַ פּראָסטער ייִדישער אַרבעטער, האָט ניט געהאַט קיין געלט אויף אַזעלכע עקסקורסיעס. מײַן מצבֿ איז, גאָט צו דאַנקען, ניט אַזוי דראַמאַטיש, אַזוי אַז איך קען זיך דערלויבן אַזאַ וווילטאָג — נעמען אַן אויטאָ און זיך אַרויסכאַפּן אויף עטלעכע טעג פֿון דער שטאָט. אַלע ווייסן, אַז דאָס אַרומפֿאָרן מאַכט אַ מענטשן ניט בלויז מיד, נאָר אויך אַ ביסל קליגער. למשל, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען מיך גערופֿן צו לייענען אַ לעקציע אין פּאָרטלענד, אָרעגאָן, וווּ עס געפֿינט זיך דער באַקאַנטער "ריד-קאָלעדזש". דאָרטן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער נאָמען האָט צו טאָן מיט דער היגער רײַכער משפּחה, ריד, וועלכע האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק זיך צעבײַטלט אויף דער לערן-אינסטיטוציע. נאָך מער: טאַקע פֿון אָט דער משפּחה שטאַמט דזשאָן ריד, דער פּיאָנער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער באַוועגונג און דער העלד פֿונעם "אָסקאַר"-באַקרוינטן פֿילם "רויטע" (Reds). |
|





















קהילה־לעבן