אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעזידיום פֿון דער עפֿענונג פֿונעם "אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס"  דעם 17טן סעפּטעמבער 1937. עס רעדט יוסף אָפּאַטאָשו אין מיטן.

אין סעפּטעמבער 1937, בעת דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס אין פּאַריז, האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער שרײַבער דוד איגנאַטאָוו פֿאַרפֿירט די רייד וועגן אַן "אומפּאַרטיייִשער פּאַרטיי", וואָס האָט, לויט זײַן מיינונג, שוין לאַנג עקזיסטירט אויף דער ייִדישער גאַס:

"... כאָטש מען קען ניט אָנגעבן דאָס יאָר און דעם טאָג, ווען זי איז געגרינדעט געוואָרן, ווי מע קען דאָס אָנגעבן וועגן די אַנדערע פּאַרטייען,

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

מע האָט ניט ווייניק געשריבן וועגן דעם, אַז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט מען פֿאַרשווײַגן דעם חורבן. מע האָט טאַקע ניט געהאַט קיין קאַטעדרעס, מוזייען און אינסטיטוטן, וועלכע זאָלן זיך באַשעפֿטיקן מיטן פֿאָרשן און באַשרײַבן די געטאָס, די זאָנדערקאָמאַנדעס און אַנדערע קאָמפּאָנענטן פֿון דער נאַציסטישער אויסראָטונג-מאַשין. אין ליטעראַטור, קינאָ און טעאַטער האָט מען וועגן דעם גערעדט זייער אָפּגעהיט, נאָר אַזוי ווי עס האָט געפֿאָדערט דער אַזוי-גערופֿענער אַגיטפּראָפּ (די אויפֿזעער פֿון אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע).

ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

איך האָב זיך יאָרנלאַנג געקליבן איבערצולייענען שמ״רס "גלות-מאָסקווע: אַ ראָמאַן פֿון דעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד אין אַלכּסנדר דעם דריטנס צײַטן". אָבער וווּ נעמט מען צײַט און געדולד אויף אַריבער 1,600 זײַטלעך, דערצו פֿון אַ געדיכטן טעקסט? דעם זומער, אָבער, האָב איך די צוויי בענד גענומען אין אַ רײַזע און האָב, סוף-כּל-סוף, אַרײַנגעשלונגען — און טיילווײַז פּשוט דורכגעמישט — דעם ראָמאַן. דאָס איז געווען די ניו-יאָרקער אויסגאַבע פֿון יאָר 1928, וואָס איז בלי-ספֿק ניט די ערשטע אויפֿלאַגע פֿונעם מאָנומענטאַלן ווערק.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 4טן סעפּטעמבער האָט "פֿילאָלאָגוס", דער פּסעוודאָנים פֿונעם שפּראַכקענער אין Forward (די ענגלישע שוועסטער-צײַטונג פֿון "פֿאָרווערטס"), רעאַגירט אויף אַ בריוו פֿון אַ לאָס-אַנדזשעלעסער תּושבֿ. יענער האָט געשטעלט אַ פֿראַגע וועגן דעם נוסח פֿון ייִדיש, וועלכן מע לערנט איצט אין די אוניווערסיטעטן און אַנדערע לערן-אַנשטאַלטן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: הירש־דוד נאָמבערג, חיים זשיטלאָווסקי, שלום אַש (שטייט), י.ל. פּרץ, אַבֿרהם רייזען

הײַיאָר איז שוין ניט ווייניק געזאָגט און געשריבן געוואָרן וועגן טשערנאָוויץ, וואָס איז ממש פֿאַרהייליקט געוואָרן ווי דער ייִדישיסטישער סיני־באַרג, וווּ מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט מען באַקומען די קאָנטורן פֿונעם מאָדערנעם ייִדיש און מאָדערנער ייִדישער קולטור. אַזוי יעדנפֿאַלס זעט עס אויס אָפֿט מאָל אין אַ טייל פֿון דער הײַיאָריקער ווי אויך פֿריִערדיקער זשורנאַליסטישער פּראָדוקציע. און דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, נאַטירלעך און אַפֿילו געזעצמעסיק פֿאַר יעדער יוביליי-קאַמפּאַניע, און פֿאַר יעדער קאַמפּאַניע בכלל.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַמעריקע האָבן ייִדן גערופֿן עס "יוניאָן". אין רוסלאַנד האָט עס געהייסן "פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין" אָדער פּשוט "פּראָפֿאַראיין". אַזוי צי אַזוי, אָבער די רייד גייט וועגן וויכטיקע אַרבעטער-אָרגאַניזאַציעס, די טראַדיציע פֿון וועלכע איז געווען זייער רײַך אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אײַנגעשפּאַנט אין דער מלוכישער מאַשין, אָבער זיי האָבן סײַ-ווי-סײַ געשפּילט אַ ראָלע אין דער געזעלשאַפֿט.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַן ערך פֿערציק יאָר צוריק האָב איך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט אַ גאַנצן ראָמאַן אויף ייִדיש. צו לייענען אַ טעקסט, אין סאָוועטישן אויסלייג, האָבן די עלטערן מיך אויסגעלערנט נאָך אין 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אָבער כ'האָב געהאַט גרויסע שוועריקייטן מיט פֿאַרשטייען, וואָס איך האָב געלייענט. מײַן וואָקאַבולאַר איז דאָך געווען באַגרענעצט מיט דעם וואָס איך האָב געהערט אין מײַן משפּחה, און קיין ווערטערבוך האָב איך ניט געהאַט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדישע פּליטים פֿון אוקראַיִנע, 1941

אין יאַנואַר 1992 האָב איך אַ סך צײַט פֿאַרבראַכט אין דעם געוועזענעם צענטראַלן פּאַרטיי-אַרכיוו, אין מאָסקווע. דער מאַטעריאַל איז מיר זייער צוניץ געקומען פֿאַר מײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע און, שפּעטער, פֿאַר מײַן מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם סאָוועטישן ייִדיש. די אַרכיוויסטן האָבן מיך דעמאָלט פֿאַרגעדענקט. זיי האָבן געוווּסט, אַז כ'בין געקומען פֿון אָקספֿאָרד און האָב געקענט רעדן ענגליש. אַזוי אַז ווען צו זיי האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", האָט מען מיך אַרויסגערופֿן פֿונעם לייענזאַל און געבעטן איך זאָל זיך דורכשמועסן מיטן אויסלענדער, וועלכער האָט, דאַכט זיך, קיין רוסיש ניט געקענט. וועגן דעם שמועס האָב איך גלײַך פֿאַרגעסן און ער וואָלט אפֿשר קיין מאָל ניט אויפֿגעקומען אין מײַן זכּרון, אָבער אין אַ צײַט אַרום האָב איך באַקומען אַ בריוו פֿון ניו-יאָרק, פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ז"ל. אין דעם קאָנווערט איז געלעגן אַן אויסשניט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", וווּ דעם 22סטן יאַנואַר 1992 האָט מען מיך דערמאָנט:

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין 1999 איז מײַן בוך אַרויס אין דעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעטישן פֿאַר­לאַג, און פֿון דעמאָלט אָן באַקום איך יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ באַריכט און צומאָל עט­לע­כע גראָשן פֿאַר די קאָפּיעס, וואָס זיי האָבן פֿאַר­קויפֿט. ניט לאַנג צו­ריק איז אָנגע­קו­מען דער הײַיאָריקער באַריכט, אין וועלכן ס'איז גע­שטאַנען געשריבן, אַז עס קומט מיר פֿון זיי אַזש 56 פּענס. אמת, זיי וועלן עס מיר דער­ווײַל ניט באַ­צאָלן, נאָר צוּוואַרטן עס זאָל זיך אָנזאַמלען אַ סומע ניט ווייני­קער פֿון 20 פֿונט. הקיצור, וועל איך מוזן, נע­בעך, דער­ווײַל ציִען די חיונה פֿון אַנדערע קוואַלן.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געשיכטע ווייסט ניט ווייניק סיפּו­רים, אין וועלכע ייִדן זײַנען געווען אַ מין סחורה. למשל, רומעניע האָט אין די קאָמו­ניס­טישע צײַטן פֿאַרקויפֿט אירע ייִדן אין הורט און לאַחדים. ס'איז אונטערגערעכנט גע­וואָרן, אַז נאָר אין די יאָרן 1968–1989 האָט דער דאָ­זי­קער אייגנאַרטיקער מיסחר גע­עפֿנט אַ וועג קיין ישׂראל פֿאַר אַריבער 40 טויזנט נפֿשות, און טשאַושעסקוס רע­גי­רונג איז באַצאָלט געוואָרן אַריבער 110 מיליאָן דאָלאַר. פֿאַר אַ ייִד האָט מען גע­געבן אַרום 3,000 דאָלאַר. גע­טאָן האָט מען עס, פֿאַרשטייט זיך, בשתּיקה, אָבער פֿאַ­ראינטערעסירטע אויסלענדישע אויס­שפּיר-דינסטן האָבן, אַ פּנים, געוווּסט וועגן אָט דעם געשעפֿט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשוליוס און עטל ראָזענבערג

מע קען ניט זאָגן, אַז דער ענין פֿון דזשוליוס און עטל ראָזענבערג איז כאָטש אויף אַ ווײַלע אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. אָבער אין דער לעצטער צײַט ווערט עס באַזונדערס אַקטיוו באַהאַנדלט אין דער מעדיאַ. אין האַרבסט 2007 האָט מען די ראָזענבערגס דערמאָנט, ווען ס׳איז גע­שטאָרבן אַלעקסאַנדר פֿעקליסאָוו, דער סאָווע­טישער אויסשפּירער, וואָס האָט גע­האַט אַ דירעקטן שײַכות צום גנבֿענען מילי­טע­רישע סודות. אַרום דער זעלבער צײַט, האָט די רוסישע רעגירונג באַשלאָסן צו באַ­לוינען מיטן העכסטן טיטל, "העלד פֿון רוס­לאַנד", דעם ניט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָר­בע­נעם סאָוועטישן (אָבער אַמעריקאַנער-גע­בוירענעם) אויסשפּירער דזשאָרזש קאָוואַל.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

אין יאָר 1918, האָט דער בערלינער זשורנאַל Neue jüdische Monatshefte פֿאַר­עפֿנט­לעכט אין די נומערן 13, 14 און 17 אַן אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן דײַטשישן עקאָ­נאָ­מיסט און היסטאָריקער אָטאָ פֿאָן צווי­דינעק (1871–1957). די אַרבעט האָט געטראָגן אַ קורצן נאָמען — "Die Litwaki". די ליט­וואַ­קישע פֿראַגע האָט פֿאַראינטעריסט צווי­דינעקן, ווײַל אין פּוילן האָט מען דעמאָלט באַשולדיקט די ליטווישע ייִדן אין חרובֿ מאַכן דעם "שלום-בית", וואָס האָט כּלומרשט עקזיסטירט צווישן די פּאָליאַקן און די "אייגענע" ייִדן.