User loginSearch |
מע קען זאָגן, אַז אין רומעניע בין איך ביז אַהער ניט געווען, אויב ניט רעכענען די עטלעכע שעה אין 1990. דעמאָלט זײַנען מיר, מײַן ווײַב און איך, געפֿאָרן קיין בולגאַריע און די באַן איז אין משך פֿון עטלעכע שעה געבליבן שטעקן אויף דער רומענישער טעריטאָריע. מע האָט אונדז געבעטן פֿאַרמאַכן אַלע פֿענצטער, כּדי ניט האָבן צו טאָן מיט די הונדערטער בעטלערס, דער עיקר, ציגײַנערשע קינדער, וועלכע האָבן זיך אויסגעשטעלט פּאַזע די רעלסן. אָבער געבעטן האָבן אויך די זעלנער-גרענעצלער. זיי האָבן עס קאָמבינירט מיט קאָנטראָלירן אונדזערע פּעסער. ווען איך בין געווען אַ קינד, האָב איך ניט געוווּסט, אַז דעם פֿענאָמען רופֿט מען "בעל-פּה-געשיכטע" (oral history). אָבער מיר איז שוין געווען קלאָר, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע זאַך איז עס ניט. צו מײַן זיידן פֿלעגט אָפֿט מאָל אַרײַנגיין אַ ייִד, וואָס האָט געהייסן קריטשעווסקי. אויף וויפֿל איך געדענק (בעל-פּה-געשיכטע!), איז קריטשעווסקי געווען דער איינציקער מענטש, וואָס האָט ניט געהערט צו אונדזער משפּחה, אָבער פֿלעגט זיך אַרײַנשטעלן צום זיידן סתּם אַזוי. די אַנדערע פֿלעגן קומען צו אים, ער זאָל פֿאַר זיי שעכטן אַ הון, אַ קאַטשקע צי אַ גאַנדז.
קיין סך שׂכל האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, ניט אַרײַנגעלייגט אין דעם באַשלוס צו פֿאַרברענגען הײַיאָר אַ צענדליק טעג אין סיציליע. למאַי סיציליע? עס האָט געקלונגען אינטערעסאַנט און אַנדערש פֿון די מיטלענדישע מקומות, וווּ מיר זײַנען שוין געווען אין די פֿריִערדיקע יאָרן. האָבן מיר דורך דער אינטערנעץ אויסגעפֿונען אַ באַזונדערע דירה, בײַם סאַמע ים, און עס באַשטעלט דורך אַ בריטישער אַגענץ, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף טוריזם אין סיציליע. געווען איז עס נאָך ווינטערצײַט.
דער בעל-מלאָכה איז געווען אַ ליבלינג בײַ די משׂכּילים, ווײַל ער האָט אין זיך פֿאַרקערפּערט דעם פּראָדוקטיוון עלעמענט פֿון תּחום-המושבֿ. אָבער אין דער טראַדיציאָנעלער שטעטלדיקער געזעלשאַפֿט איז דער סטאַטוס פֿון מלאָכה געווען זייער אַ נידעריקער. י. ל. פּרץ האָט געשריבן אין זײַן עסיי "איבער פּראָפֿעסיאָנען" (ד״ה. "וועגן פּראָפּעסיעס"), אַז "ביז אַהער איז די מלאָכה געוועזן ניבֿזה בײַ אונדז ייִדן; אַזוי ווי פֿאַרצײַטנס איז געוועזן ניבֿזה דאָס זעלנערײַ, ס׳איז געווען כּמה-וכּמה יאָרן צוריק, אינעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, ווען איך האָב נאָך געוווינט אין אוקראַיִנע. כ׳בין געקומען מיט מײַנע עלטערן צו אונדזערע קרובֿים, און דאָרטן זײַנען שוין געווען עטלעכע געסט, אָנגעקומענע אַזש פֿון מאָסקווע צי לענינגראַד. איינע פֿון זיי, אַן עלטערע פֿרוי, האָט געהערט צו אַזאַ טיפּ פּערזאָנען וואָס איז שוין ניט בנימצא. מע זעט זיי נאָר אויף די אַלטע פֿאָטאָס צי אין קאָסטומירטע דראַמעס — אינטעליגענטע פּנימער, צו וועלכע עס האָט זיך קיין שמינקע (שוין אָפּגעשמועסט פֿון פּלאַסטישע אָפּעראַציעס) ניט צוגערירט. איך וויל ניט מאַכט קיין אָנשטעל, אַז איך טראַכט די גאַנצע צײַט וועגן דער געשיכטע פֿון סאָוועטישער אָרטאָגראַפֿישער איבערקערעניש און שרײַב דערפֿאַר וועגן דעם די דאָזיקע נאָטיצן. הגם איך האָב עס אַ מאָל געפֿאָרשט און באַשריבן, קוק איך שוין לאַנג ניט אין יענער זײַט. אָבער צוויי אַנומלטיקע געשעענישן האָבן מיר דערמאָנט וועגן דעם דאָזיקן ענין.
מײַן ווײַב פֿאַרשטייט ניט קיין חכמות ווען די רייד גייט וועגן זומער-וואַקאַציעס: עס דאַרף זײַן בײַ אַ ים אָדער, אין ערגסטן פֿאַל, בײַ אַ טײַך צי אַן אָזערע. אַנדערש, אָן שווימען, הייסט עס ניט בײַ איר "וואַקאַציעס". מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, ווען ס׳איז געקומען אונדזער ערשטער פֿולער זומער אין ענגלאַנד, האָבן מיר זיך געלאָזט קיין שפּאַניע. דאָס איז געווען אונדזער ערשטע דערפֿאַרונג, וועלכע מיר האָבן באַקומען פֿון אַ "פּעקעדזש-האָלידיי", דאָס הייסט, ווען מע קויפֿט אַלץ צוזאַמען; אַזאַ "פּאַקעט" איז כּולל אי די רײַזע, אי די פֿאַרזיכערונג, אי די דירה, אי דאָס עסן.
אַ פֿאָרשער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿראַגן פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע אין 20סטן יאָרהונדערט, "שטויסט זיך אָן" געוויינטלעך אויף דעם נאָמען פֿון דובֿ-בער סלוצקי. בײַ מיר זײַנען אויך געווען ניט ווייניק "באַגעגענישן" מיט סלוצקין — בײַם פֿאָרשן אי די פֿאַר-סאָוועטישע תּקופֿה אי די געשעענישן נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917. למשל, ווען איך האָב געגרייט די מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַרטיקל מכּוח דעם ייִדישן דעמאָגראַף, עקאָנאָמיסט און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סלוצקי האָט בשעתּו אַראָפּגעפֿירט לעשצינסקין פֿון דעם "גלײַכן וועגן", פֿונעם גאַנג פֿונעם עלטערן דור. איך בין אויסגעוואַקסן אָן אַזעלכע ווערטער ווי "האָלאָקאָסט" אָדער "חורבן". אין מײַן אַרום האָט מען גענוצט דאָס וואָרט "מלחמה". דאָס לעבן פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה, אין וועלכער איך האָב געלעבט, איז געווען צעטיילט אויף "פֿאַר דער מלחמה", "בעת דער מלחמה" און "נאָך דער מלחמה". איך בין געבוירן געוואָרן שוין נאָך דער מלחמה, אָבער (כ׳האָב שוין, דאַכט זיך, וועגן דעם געשריבן) אַפֿילו איצט צעטייל איך אָפֿט מאָל די געשעענישן אויף אָט די דרײַ צײַט-אָפּשניטן. דאָס וואָרט "גלאָבאַליזאַציע" האָט פֿאַר מיר אַ פּערזענלעכן אינהאַלט. איך האָב צוויי בירגערשאַפֿטן — אַ בריטישע און אַ רוסישע. אמת, דער רוסישער פּאַס איז בײַ מיר שוין היפּש פֿאַרעלטערט געוואָרן, אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. אַרבעטן אַרבעט איך אין ניו-יאָרק, אָבער אונדזער משפּחה-נעסט איז אין אָקספֿאָרד. אין משך פֿון די קומענדיקע פֿיר חדשים וועל איך פֿאַרברענגען צו צוויי וואָכן אין איטאַליע און דײַטשלאַנד, און צו עטלעכע טעג אין שפּאַניע און רומעניע. אין אַלטע צײַטונגען און אייניקע אַנדערע מאַטעריאַלן האָב איך זיך ניט איין מאָל אָנגעשטויסן אויף דערמאָנונגען פֿון דעם ייִדישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס האָט עקזיסטירט אין יעקאַטערינאָסלאַוו אין די יאָרן אַרום דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אָבער אַלע מאָל איז דער אינסטיטוט געווען דערמאָנט על-רגל-אַחת, אָן פּרטים, און דאָס האָט ניט געקענט באַפֿרידיקן מײַן נײַגעריקייט, מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז בײַ מיר געבוירן און פֿאַרפֿעסטיקט געוואָרן די אידעע, און מײַן ווײַב האָט עס אונטערגעהאַלטן, אַז מיר מוזן פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָנגעגעבן דאָקומענטן האָבן מיר שפּעטער, אין האַרבסט 1979; אָבער זינט 1978 זײַנען מיר שוין "געזעסן אויף די וואַליזקעס". בײַ אונדז זײַנען טאַקע געשטאַנען צוגעגרייט זעקס וואַליזקעס פֿון אַ געוויסן סאָרט — פֿון אַ לײַכטער סחורה, כּדי אײַנשפּאָרן וואָג פֿאַר נייטיקע זאַכן. |
|


















קהילה־לעבן