User loginSearch |
אָנהייב אויגוסט האָב איך געשמועסט מיט אַן אַלטן באַקאַנטן מײַנעם — ער איז אַ שטיקל מחותּן פֿון מײַן ווײַבס צד. מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק האָבן מיר געטאַנצט אויף זײַן חתונה אין מאָסקווע, אָבער אין קורצן האָבן ער און זײַן ווײַב עולה געווען. אין ישׂראל זײַנען געבוירן געוואָרן זייערע קינדער. ביידע, סײַ ער סײַ זײַן ווײַב האָבן — ווי עס פֿירט זיך אין אַ נײַ לאַנד — בײַם אָנהייב געטאַפּט די וואַנט, אָבער לסוף — זיך גאָר ניט שלעכט אײַנגעאָרדנט, געוואָרן אַ ביסל פֿרומעוואַטע — הקיצור, מע קען זיי ווײַזן אין קינאָ ווי אַ הצלחהדיקע געשיכטע אין דער סאָוועטישער עליה.
ראַפֿאַעל קאַנסינאָס אַססענס (1883־1964) איז איינער פֿון די סאַמע באַוווּסטע שפּאַנישע שרײַבער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. ער איז געווען אַ פּראָזאַיִקער, אַ פּאָעט, אַ ליטעראַטור־קריטיקער און אַן איבערזעצער (איבערגעזעצט אויף שפּאַניש און אַרויסגעגעבן אין 8 בענד דאָסטאָיעווסקיס געקליבענע ווערק). ער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער אַוואַנגאַרד־באַוועגונג "על אולטראַיִמאָ" (1918) — באַגלײַך מיטן טשיליער פּאָעט וויסענטע אַיִדאָבראָ און דעם שפּעטער וועלט־באַרימטן אַרגענטינער כאָרכע לויִס באָרכעס (Jorge Luis Borges),
אין מאָסקווע איז לעצטנס דורכגעגאַנגען די אויסשטעלונג פֿון מאָדערנע ייִדישע מאָלער — "אַן אַנדער קונסט. יום־טובֿים". אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער עקספּאָזיציע האָבן פֿאַרנומען די פֿריִיִקע בילדער פֿונעם מאָלער מיכאל יאַכילעוויטש. דווקא אָט די בילדער האָבן צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק, מעגלעך, ווײַל זיי שאַפֿן עפּעס אַן אַנדער אימאַזש פֿונעם מאָלער, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס כ'האָב געזען אויף דער אויסשטעלונג "אַן אַלגעמיינע העפֿט", וואָס איז צו שטאַנד געקומען דעם ווינטער אינעם מאָסקווער קונסט־מוזיי (פּערזענלעכע קאָלעקציעס). דעם אמת געזאָגט, האָט מיך פֿאַרחידושט דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג — "אַן אַנדער קונסט". |
|

















קהילה־לעבן