User loginSearch |
(אַ פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿונעם בולדאָזער־אַטאַק אין ירושלים) פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך בין איך געפֿאָרן מיט מײַן מאַן און דרײַ פֿון אונדזערע מיידלעך, צו גאַסט צו אונדזערע פֿרײַנד. ווען מיר האָבן דערגרייכט די גאַס "שׂרי־ישׂראל", איז געווען אַ גרויסער פֿאַרקער. פּלוצלינג זענען עטלעכע בוי־אַרבעטער צוגעלאָפֿן און געמאַכט העוויות מיט דער האַנט, אַז מיר זאָלן תּיכּף פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. די גאַס איז אָבער געווען אַזוי געפּאַקט מיט אויטאָס, אַז ס׳איז פּשוט נישט געווען מעגלעך. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנטוויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש. ווען דער דאָזיקער “בריוו פֿון ירושלים" וועט דערשײַנען אין “פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק, וועלן שוין זײַן די לעצטע טעג פֿון פֿאַר־פּסח, דעם חג־החרות — דעם יום־טובֿ פֿון אונדזער באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ אין אַמאָליקן מצרים. טויזנטער יאָרן זענען שוין פֿאַרבײַ זינט דאַן, און דער דאָזיקער יום־טובֿ האָט נאָך אַלץ ניט פֿאַרלאָרן זײַן זין, (נאָך אַ וואָך פֿון אָפּרו און פֿאַרגעניגן בײַם ים־המלח) בלויז אַ שעה און אַ האַלב דויערט אָנצוקומען מיט דעם "אגד"־אויטאָבוס פֿון דעם קאַלטן, טריבן ירושלים ביז דעם זון־שײַנענדיקן, וואַרעמען ים־המלח ("דער געזאַלצענער ים"), וואָס איז אויך באַקאַנט ווי דער ים־המוות ("דער טויטער ים"). עס דויערט ניט לאַנג. נאָך דעם ווי דו פֿאַרלאָזסט די אויטאָבוס־סטאַנציע אין צענטער פֿון ירושלים, און דו באַווײַזסט נאָך ניט זיך מאַכן באַקוועם אין דײַן זיצפּלאַץ, ביסטו שוין אין מידבר־יהודה.
דעם 15 דעצעמבער 1947, צוויי וואָכן נאָך דער היסטאָרישער סעסיע פֿון די "פֿאַראייניקטע פֿעלקער" אין לייק־סוקסעס, ניו־יאָרק, בעת וועלכער עס איז אָנגענומען געוואָרן די רעזאָלוציע צו צעטיילן ארץ־ישׂראל, זענען איבערן לאַנד אָנגעגאַנגען ביטערע קאַמפֿן צווישן די ייִדן און די אַראַבער. אין יענעם טאָג, מיט איבער 60 יאָר צוריק, איז ד"ר חיים ווייצמאַן אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ גרויסער פֿאַרזאַמלונג אין אַטלאַנטיק־סיטי, צונויפֿגערופֿן פֿון דעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּיל" (United Jewish Appeal — U.J.A.). מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז דערשינען אין דער ישׂראל־פּרעסע, מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות די בשׂורה, אַז סוף־כּל־סוף, איז דערגרייכט געוואָרן אַ הסכּם מיטן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס שייך דער קיצבֿה — דער רעגולערער געלט־שטיצע, וואָס די רעגירונג טיילט אויס צו די "ניצולי־השואה" — די לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון חורבן, וועלכע וווינען אין ישׂראל.
רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם" מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע. עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנערקענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער.
אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש תּמוז תשס"ז, (יולי 2007), איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ דער דריטער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט "דווקא". אין געוויינלעכע, געמיטלעך־רויִקע און קילע טעג, וואָלט די דערשײַנונג פֿון דער דאָזיקער צײַטשריפֿט געדאַרפֿט אויפֿגענומען ווערן מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע, ניט נאָר אין די ליטעראַרישע ישׂראל־קרײַזן, נאָר אויך אין דער ייִדיש־מחנה, וואָס זאָרגט זיך וועגן דער אַלגעמיינער מערכה פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין אונדזער מדינה. צווישן די וויכטיקסטע היסטאָרישע דאַטעס, וואָס זענען אָפּגעמערקט געוואָרן במשך פֿון דעם נאָר וואָס פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז געווען די דאַטע פֿון 60 יאָר זינט "יציאת אירופּה תש"ז" — "עקסאָדוס 1947", ווען די שיף “פּרעזידענט וואַרפֿילד", מיט 4,500 מעפּילים — אומלעגאַלע עולים — האָט פֿאַרלאָזט דעם קליינעם פֿראַנצויזישן פּאָרט סעט אויפֿן וועג צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל. צוזאַמען מיט זיי איז אויך געווען אַ קליינע צאָל שליחים פֿון דער "הגנה", וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם העראָיִשן קאַמף קעגן דער שטאַרק־באַוואָפֿנטער בריטישער מאַכט.
בײַ דעם לעצטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע חדשים צוריק אין קאַן, פֿראַנקרײַך, איז באַקאַנט געוואָרן, אַז אין האָליוווּד ווערט פּראָדוצירט אַ מאָנומענטאַלער פֿילם וועגן דעם באַוווּסטן פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון די העלדישע דרײַ ברידער ביעלסקי, וואָס האָט אַרײַנגעשריבן אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן די דײַטשע רוצחים און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. |
|




















קהילה־לעבן