װעלט פֿון ייִדיש
פֿון דאָבע רעסלער (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סי. קאַלעוויי ברוקס זינגט מיט דער קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע
דעם 29סטן אָקטאָבער, האָט די "קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע" מיטן קאַפּעלמײַסטער, ד״ר האַנקוס נעצקי בראָש, פּרעזענטירט אינעם באָסטאָנער "בערקלי פֿאָרשטעלונג־טעאַטער", אַן אינטערעסאַנטע פּראָגראַם — "צונויפֿמיש: קלעזמער באַגעגנט סווינג" (Mixin' It Up: Klezmer Meets Swing). מיט די קלעזמאָרים האָט געזונגען סי. קאַלאָוויי ברוקס, אַן אייניקל פֿון קאַב קאַלאָוויי, אַ באַקאַנטער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער און דזשעז־אָרקעסטער־אָנפֿירער (1907—1994).

ליטעראַטור

יחיאל שרײַבמאַן און מישאַ כאַזין, 1972
די טעג דערמאָנען מיר דעם וווּנדערלעכן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן ע"ה, וואָס איז פֿאַראַיאָרן אַוועק אין דער אייביקייט, איבערלאָזנדיק אַן אוצר: ראָמאַנען, דערציילונגען, מיניאַטורן, עסייען... און נאָך: אַ סך האַרציקע דערמאָנונגען וועגן זיך, וואָס טרעפֿט זיך, צום באַדויערן, נישט אַזוי אָפֿט. לאַנגע יאָרן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט האָבן פֿאַרבונדן שרײַבמאַנען מיט מישאַ כאַזינען — דער רוסישער שרײַבער, עסיייִט, איבערזעצער און אַ גרויסער חסיד פֿון מאַמע־לשון. אַ בינטל פֿון זײַנע דערמאָנונגען וועגן זײַן פּען־חבֿר לייגן מיר הײַנט פֿאָר אונדזערע לייענער.

געזעלשאַפֿט
פֿון מישע כאַזין און יוסף לאַכמאַן (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וולאַדימיר באָיאַרינצעווס בוך ״אַנטי־אײַנשטיין״

ניט לאַנג צוריק איז בײַ אונדז אין באָסטאָן געשען אַזאַ צופֿאַל. אַן אינטעליגענטע פֿרוי, מיט אַ גוטן שם, האָט באַשלאָסן צו באָרגן אין דער שטאָט־ביבליאָטעק אַ בוך — און אים ניט אומקערן... אַפֿילו זי זאָל דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַר אים אַ דרײַפֿאַכן שטראָף. אָנגענומען אַזאַ באַשלוס האָט די פֿרוי ניט דערפֿאַר, וואָס דאָס בוך האָט זי באַצויבערט מיט זײַנע אויסערגעוויינטלעכע מעלות. גראָד פֿאַרקערט. פֿאַר וואָס זשע האָט זי עס געטאָן?

ווי אַלע מאָל, ווען זי באַזוכט די ביבליאָטעק, האָט די לייענערין זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער פּאָליצע מיט נײַע ביכער אויף רוסיש און אָנגעהויבן בלעטערן איינס נאָך אַ צווייטן.