User login |
ווי אַזוי זשע האָט דער מענטש מיט אַ ייִדישן אָפּשטאַם געקאָנט דערגרייכן צו אַזאַ הויכער מדרגה סײַ פֿיגורעל און סײַ דירעקט גערעדט? דער מיליטערישער כּוח אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך געהאַלטן אויף דרײַ זײַלן: נוקלעאַר געווער, ראַקעטן־קאָסמישן פּאָטענציאַל און נוקלעאַרן אונטערוואַסער־פֿלאָט. די געשיכטע, ווי אַזוי עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דאָס סאָוועטישע נוקלעאַר־געווער, איז הײַנט גוט באַקאַנט; די נעמען פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן זיך מיט דעם באַשעפֿטיקט האָט מען געקאָנט הערן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען קיין סוד פֿון דעם ענין האָט מען נישט געמאַכט. גאָר אַן אַנדער זאַך — ראַקעטן־בויונג. אין 1945, נאָכן קראַך פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, זײַנען אַהין געשיקט געוואָרן אַ היפּשע צאָל גרופּעס פֿון סאָוועטישע טעכנישע געלערנטע, וואָס זייער צוועק איז געווען צו דעמאָנטירן פֿאַבריקן, וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוטן, לאַבאָראַטאָריעס און דאָס אַלץ אַריבערפֿירן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין איינער פֿון אַזעלכע גרופּעס איז געווען אויך באָריס טשערטאָק — אַן אינזשעניר פֿון אַ מאָסקווער אַוויאַ־אונטערנעמונג. אין אַן אָפֿיציר־אוניפֿאָרם פֿון אַ מאַיאָר האָט מען אים געשיקט אויסצוזוכן אין דײַטשלאַנד אויסשטאַטונגען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אַוויאַ־בויונג. נאָך צוויי חדשים אַרבעטן אין בערלין, איז ער, צוזאַמען מיטן פּראָפֿעסאָר הענריך אַבראַמאָוויטש, אויך אָנגעטאָן אין אַ מיליטערישן מונדיר, אָנגעקומען אין טורינגיע, פּונקט דעמאָלט, ווען דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט די געגנט איבערגעגעבן אין די הענט פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, ווי אַן אויסטויש אויף די מערבֿ־ראַיאָנען פֿון בערלין.
און אָט איז אַוועק 100 יאָר. אין דעם זעלבן 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאָרגעקומען צוויי וועלט־מלחמות, בלוטיקע רעוואָלוציעס, גאַנצע אימפּעריעס האָבן געקראַכט... און, להבֿדיל, האָט אייראָפּע זיך פֿאַראייניקט אין איין פֿאַרבאַנד. צי וואָלט עמעצן געקאָנט קומען אין קאָפּ אַזאַ ווילדער געדאַנק, אַז דווקא אין דער ליבעראַלער אייראָפּע — אַ מוסטער פֿאַר דעמאָקראַטיע און טאָלעראַנץ, איז ווידער אויפֿגעקומען די ווילדע פֿראַגע וועגן... ריטועלן מאָרד?! אמת, איצט ווערן די ייִדן באַשולדיקט נישט, חלילה, אינעם מאָרד פֿון קריסטלעכע קינדער, נאָר אינעם "ברוטאַלן ריטואַלן מאָרד פֿון בהמות"!
כּמעט די אַלע מאַטעריאַלן האָט זיך מיר אײַנגעגעבן איבערצושיקן קיין אויסלאַנד, מיט דער הילף פֿון אלי וויזעל; און אין 1985 האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַשינגטאָן מײַן "וועגווײַזער איבער ירושלים ד’ליטא". כ’האָב געהאָפֿט, אַז אויב אַן אַמעריקאַנער טוריסט וועט קומען אויף אַ באַזוך אין ווילניוס, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער ליטע, און זיך אַרײַנדרייען אין עפּעס אַן אַלטן הויף אָדער אַלט געסל, זאָל ער וויסן, ווער און ווען ס’האָט דאָרט געוווינט פֿון די אַמאָל־באַקאַנטע איבער דער וועלט ייִדישע פּערזענלעכקייטן.
פּונקט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן די מיליטער־טיילן פֿון "ווערמאַכט" זיך אַרײַנגעריסן אין ליטע. פֿיר יאָר האָבן דאָרט באַלעבאַטעוועט די נאַציס און נאָך דעם, 45 יאָר — די סאָוועטישע מאַכט. הײַנט איז ליטע אַן אומאָפּהענגיקע, דעמאָקראַטישע מלוכה; אַ גלײַכער מיטגליד אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און אין דעם מיליטערישן אַליאַנץ — "נאַטאָ". פֿאַר די לעצטע 20 יאָר איז ליטע געוואָרן אַן אַנדער לאַנד, און אַ סך אין איר איצטיקן אויסזען דערמאָנט די אַלטע פֿאַר־מלחמהדיקע צײַטן; אַ סך, נאָר נישט אַלץ. דאָס לאַנד איז נישט מסוגל געווען אומצוקערן אירע אַלטע ייִדישע תּושבֿים, די ליטוואַקעס, און די איצטיקע הויפּטשטאָט ווילניוס, וועט מען שוין קיין מאָל נישט רופֿן "ווילנע, ירושלים ד׳ליטא".
אויפֿן פֿערטן טאָג נאָכן אָנהייבן די מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן מואַמאַר קאַדאַפֿי אין ליביע האָט די ענגלישע צײַטונג The Times פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל פֿונעם אויסערן־מיניסטער וויליאַם הייג, וווּ ער שרײַבט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט איז ניטאָ און קאָן נישט זײַן קיין אָרט פֿאַר טיראַנען! ריכטיק, אָבער וואָס שטייט רעאַל הינטער דער שיינער רעטאָריק? פֿאַרשטייט זיך, צו פּרוּוון באַרעכטיקן די באַטייליקונג פֿון ענגלאַנד אין דער מיליטערישער אָפּעראַציע און, קודם־כּל, אין די אויגן פֿונעם אייגענעם פֿאָלק, וואָס איז ווײַט נישט אַנטציקט מיט אָט דעם באַשלוס (לויטן אויספֿרעג, שטיצן דעם פּרעמיער קאַמעראָן בלויז 30% פֿון דער באַפֿעלקערונג). צוריק גערעדט, האָבן די פּשוטע בירגער מורא, אַז די מעשׂים אין ליביע וועלן זיך אויסלאָזן אין אַ פֿאַרשלעפּטער בלוטיקער מלחמה, ווי ס׳איז געשען אין איראַק אָדער אַפֿגאַניסטאַן. דעריבער איז דאָס וואָרט "אַוואַנטורע" הײַנט זייער פֿאַרשפּרייט אין דער ענגלישער פּרעסע, ווען עס גייט אַ רייד וועגן דעם ווי אײַליק האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אָנגענומען די רעזאָלוציע נומ׳ 1973 "צו פֿאַרטיידיקן די פֿרידלעכע ליביער און אײַנשטעלן איבערן לאַנד אַ "פֿלילאָזע זאָנע".
בײַ נאַכט, פֿון 26סטן אויפֿן 27סטן יאַנואַר 1945 האָט דאָס סאָוועטישע מיליטער באַפֿרײַט דעם נאַצישן קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ — אַן אָרט אין דער וועלט, וווּ במשך פֿון קנאַפּע 6 יאָר זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 1 מיליאָן 100 טויזנט ייִדן, 140 טויזנט פּאָליאַקן, 22 טויזנט ציגײַנער, 12 טויזנט רוסן, 25 טויזנט מענטשן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן. מײַן נומער איז B־8259, איך בין געבראַכט געוואָרן קיין אוישוויץ פֿון לאָדזש, ריכטיקער, פֿון דער לאָדזשער געטאָ אין דער פֿרי דעם 30סטן אויגוסט 1944... עס דערציילט דער געוועזענער קאַצעטלער מיכאל טשעטשינסקי, געברוין אין 1924.
וולאַדימיר פּאָרודאָמינסקי איז שוין נישט קיין יונגער מענטש (געבוירן אין 1928, אין מאָסקווע), און גאָר אַ באַשיידענער, וואָס האָט געמאַכט אים — אַ פּאָפּולערער שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד — שוין גיכער אַן אויסנאַם אין דער חבֿרה שרײַבער פֿון יענע צײַטן. זײַן פֿאָטער, אַ באַקאַנטער דאָקטער־גענעקאָלאָג אין מאָסקווע, האָט באַוואָרנט זײַן זון אויף לאַנגע יאָר צו פֿירן אַ זאַט, רויִק לעבן און נישט וויסן פֿון קיין נויט און שווערער האָרעוואַניע.
אין דײַטשלאַנד קאָן מען הײַנט טרעפֿן אַ וועלט מיט רוסישע שרײַבער־אימיגראַנטן (לויט אייניקע קוואַלן — אַרום 160 שרײַבער). וועגן אייניקע פֿון זיי, מער באַוווּסטע, געקומען מיט דער דריטער עמיגראַציע־כוואַליע, האָב איך שוין דערציילט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". הײַנט גיי איך אײַך באַקענען מיט אַ שרײַבער, וואָס נישט געקוקט אויף זײַנע מעסיקע טאַלאַנטן, איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין די ליטעראַרישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד. איך מיין דאָ, אָלעג יוריעוו.
מיט אַ היפּשער צײַט צוריק, פּונקט דעמאָלט, ווען ס'איז זיך צעפֿאַלן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן, זײַנען אויפֿגעקומען נײַע אומאָפּהענגיקע מלוכות, איז אין אַ טאָג צו מיר צוגעקומען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנצויזישער ליטעראַטור און געשטעלט מיר אַן אומגעוויינטלעכע פֿראַגע. אַליין אַ געוועזענער עמיגראַנט פֿון ליטע, האָב איך דעמאָלט געאַרבעט אינעם זשענעווער אוניווערסיטעט. "איך האָב ערשט אַנטדענקט אויף דער מאַפּע פֿון אייראָפּע אַ נײַ לאַנד, וואָס ביז אַהער האָב איך וועגן דעם נישט געהערט, עס הייסט אוקראַיִנע — האָט מיר מיטגעטיילט דער פּראָפֿעסאָר, — אפֿשר ווייסט איר: אוקראַיִנע האָט עפּעס באַקאַנטע נאַציאָנאַלע שרײַבער, פּאָעטן?"
וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ ייִנגעלע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו, אין דער ייִדישער געגנט פּאָדאָל, וועט אַ מאָל ווערן אַ באַקאַנטער טשעכישער זשורנאַליסט און אַפֿילו הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער פּאָפּולערסטער צײַטונג אין לאַנד "לידאָווע נאָווינאַ"? צי האָט עמעצער געטראַכט, אַז ער וועט ווערן אַ טשעכישער פּאָעט, איבערזעצער, דראַמאַטורג און סצענאַריסט צו טשעכישע קינאָ־פֿילמען? אויב ס׳איז ווייניק, איז ער אויך געווען במשך פֿון אַ סך יאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן בײַ דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ־סטאַנציע "סוואָבאָדאַ" (פֿרײַהייט). דערבײַ, בײַ די אַלע זײַנע מלאָכות, איז ער שטענדיק פֿאַרבליבן אַ ייִד און האָט אין ייִדישקייט דערצויגן זײַנע קינדער...
באָריס (בוסיע) גאָלדשטיינען האָט אָפּגעגליקט: ער איז געבוירן געוואָרן אינעם פּאַסיקן אָרט און אין דער פּאַסיקער צײַט. געבוירן געוואָרן אין אָדעס, וווּ דער מוזיקאַלישער הימל איז געווען באַשאָטן מיט אַזעלכע פֿידל־שטערן, ווי מישאַ פֿינכטענגאָלץ, יעקבֿ זאַק, דוד אויסטראַך, יעליזאַוועטאַ גילעלס, נתן מילשטיין, עדואַרד גראַטש און אַנדערע; איז דער קליינער3 בוסיע, בײַ זײַנע פֿינף יאָר, אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט צום גרויסן פֿידל־לערער פּסח (פּיאָטר) סטאָליאַרסקי.
אין די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן איז צווישן די סאָוועטישע ייִדן אומגעגאַנגען אַ לעגענדע, אַז דער דענישער קיניג, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם וואָס די נאַציס רודפֿן ייִדן, האָט צוגעטשעפּעט צו זײַן רעקל אַ געלע לאַטע און דעמאָנסטראַטיוו אַרומגעפֿאָרן אַזוי איבער קאָפּענהאַגען. אַ שיינע לעגענדע, אָבער נישט מער! דווקא פֿון דער לעגענדע איז אַרויס דער ראָמאַן "די שעה פֿונעם קיניג", פּובליקירט אין 1976 אינעם מאָסקווער אומלעגאַלן זשורנאַל "ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד", אָנגעשריבן פֿון עפּעס אַן אומבאַקאַנטן שרײַבער באָריס כאַזאַנאָוו. |
Search |
































קהילה־לעבן