פּערזענלעכקײטן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס טשערטאָק
באָריס טשערטאָק איז געווען איינער פֿון די מענטשן, וואָס האָט קאָנסטרויִרט ראַקעטן און געשיקט זיי אין קאָסמאָס; ער איז געשטאַנען בײַם יסוד פֿון דער סאָוועטישער קאָסמאָנאַווטיק. צו זײַן 100־יאָריקן יוביליי האָט ער נישט דערלעבט צוויי חדשים. נאָך מיט 20 יאָר צוריק האָט זײַן נאָמען ווייניק ווער געהערט; און ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס — דאָס פֿעלד פֿון זײַן באַשעפֿטיקונג איז געווען שטרענג פֿאַרשלאָסן.
ווי אַזוי זשע האָט דער מענטש מיט אַ ייִדישן אָפּשטאַם געקאָנט דערגרייכן צו אַזאַ הויכער מדרגה סײַ פֿיגורעל און סײַ דירעקט גערעדט?
דער מיליטערישער כּוח אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך געהאַלטן אויף דרײַ זײַלן: נוקלעאַר געווער, ראַקעטן־קאָסמישן פּאָטענציאַל און נוקלעאַרן אונטערוואַסער־פֿלאָט. די געשיכטע, ווי אַזוי עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דאָס סאָוועטישע נוקלעאַר־געווער, איז הײַנט גוט באַקאַנט; די נעמען פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן זיך מיט דעם באַשעפֿטיקט האָט מען געקאָנט הערן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען קיין סוד פֿון דעם ענין האָט מען נישט געמאַכט. גאָר אַן אַנדער זאַך — ראַקעטן־בויונג.
אין 1945, נאָכן קראַך פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, זײַנען אַהין געשיקט געוואָרן אַ היפּשע צאָל גרופּעס פֿון סאָוועטישע טעכנישע געלערנטע, וואָס זייער צוועק איז געווען צו דעמאָנטירן פֿאַבריקן, וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוטן, לאַבאָראַטאָריעס און דאָס אַלץ אַריבערפֿירן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין איינער פֿון אַזעלכע גרופּעס איז געווען אויך באָריס טשערטאָק — אַן אינזשעניר פֿון אַ מאָסקווער אַוויאַ־אונטערנעמונג. אין אַן אָפֿיציר־אוניפֿאָרם פֿון אַ מאַיאָר האָט מען אים געשיקט אויסצוזוכן אין דײַטשלאַנד אויסשטאַטונגען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אַוויאַ־בויונג. נאָך צוויי חדשים אַרבעטן אין בערלין, איז ער, צוזאַמען מיטן פּראָפֿעסאָר הענריך אַבראַמאָוויטש, אויך אָנגעטאָן אין אַ מיליטערישן מונדיר, אָנגעקומען אין טורינגיע, פּונקט דעמאָלט, ווען דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט די געגנט איבערגעגעבן אין די הענט פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, ווי אַן אויסטויש אויף די מערבֿ־ראַיאָנען פֿון בערלין.

געזעלשאַפֿט
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע אַקטיוויסטן מיט אַ טראַנספּאַראַנט: "פֿרײַהייט פֿון רעליגיע — יאָ; כּשרע שחיטה — ניין", דעם 5טן יאַנואַר, אין בערלין
דער לעצטער אַנטיסעמיטישער פּראָצעס אין אייראָפּע, וווּ די ייִדן זײַנען באַשולדיקט געוואָרן אין מאָרד, צוליב רעליגיעזע צוועקן, האָט זיך אָנגעהויבן מיט 100 יאָר צוריק, אין קיִעוו. דעמאָלט איז דער ייִד מחנם־מענדל בייליס באַשולדיקט געוואָרן אינעם מאָרד פֿונעם קריסטלעכן ייִנגל אַדריי יושטשינסקי, כּדי זיך צו באַנוצן מיט זײַן בלוט אויף פּסח. צווישן די הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם פּראָצעס איז געווען נישט אַבי ווער, נאָר דער יוסטיץ-מיניסטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע איוואַן שטשעגלאָוויטאָוו, וואָס הינטער אים איז געשטאַנען דער גאַנצער צאַרישער הויף, וועלכער איז גערן געווען צו דערטרינקען די אָנגייענדיקע רעוואָלוציע־באַוועגונג אין ייִדישן בלוט. ווי גרויס איז אָבער געווען די אַנטוישונג פֿון די מאַכטהאָבערישע העצער, ווען נאָך צוויי יאָר אויספֿאָרשונגען — מיט אונטערגעקויפֿטע עדות און דרוק אויף די געשוווירענע — האָבן זיי, טאַקע די געשוווירענע, פּשוטע אוקראַיִנישע פּויערים, באַשטעטיקט, אַז דער ייִד בייליס איז נישט שולדיק!
און אָט איז אַוועק 100 יאָר. אין דעם זעלבן 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאָרגעקומען צוויי וועלט־מלחמות, בלוטיקע רעוואָלוציעס, גאַנצע אימפּעריעס האָבן געקראַכט... און, להבֿדיל, האָט אייראָפּע זיך פֿאַראייניקט אין איין פֿאַרבאַנד. צי וואָלט עמעצן געקאָנט קומען אין קאָפּ אַזאַ ווילדער געדאַנק, אַז דווקא אין דער ליבעראַלער אייראָפּע — אַ מוסטער פֿאַר דעמאָקראַטיע און טאָלעראַנץ, איז ווידער אויפֿגעקומען די ווילדע פֿראַגע וועגן... ריטועלן מאָרד?! אמת, איצט ווערן די ייִדן באַשולדיקט נישט, חלילה, אינעם מאָרד פֿון קריסטלעכע קינדער, נאָר אינעם "ברוטאַלן ריטואַלן מאָרד פֿון בהמות"!

ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך שטענדיק געהאַלטן פֿאַר אַ קענער פֿון ווילנע, ירושלים ד’ליטא, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן. אין די פֿינצטערע סאָוועטישע צײַטן, ווען די מאַכט האָט געטאָן אַלץ, כּדי אויסצומעקן די רײַכע געשיכטע פֿונעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן, פֿלעג איך ביסלעכווײַז צונויפֿזאַמלען מאַטעריאַלן וועגן יענע פֿאַרשוווּנדענע צײַטן. כ’פֿלעג בשתּיקה פֿאָטאָגראַפֿירן די אַלע "סודותפֿולע אָביעקטן", אַזעלכע, למשל, ווי דעם קבֿר פֿונעם ווילנער גאָון, די פֿאַרלאָזטע ווינקעלעך פֿון דער אַלטער שטאָט, וווּ ס’האָט אַמאָל געווירבלט מיט ייִדישע הענדלער און בעל־מלאָכות; כ’האָב אויך פֿאָטאָגראַפֿירט די אַלטע הײַזער, וווּ ס’האָבן געלעבט באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, ישיבֿות, קלויזן וכּדומה.
כּמעט די אַלע מאַטעריאַלן האָט זיך מיר אײַנגעגעבן איבערצושיקן קיין אויסלאַנד, מיט דער הילף פֿון אלי וויזעל; און אין 1985 האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַשינגטאָן מײַן "וועגווײַזער איבער ירושלים ד’ליטא". כ’האָב געהאָפֿט, אַז אויב אַן אַמעריקאַנער טוריסט וועט קומען אויף אַ באַזוך אין ווילניוס, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער ליטע, און זיך אַרײַנדרייען אין עפּעס אַן אַלטן הויף אָדער אַלט געסל, זאָל ער וויסן, ווער און ווען ס’האָט דאָרט געוווינט פֿון די אַמאָל־באַקאַנטע איבער דער וועלט ייִדישע פּערזענלעכקייטן.

חורבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ווילנע, יאַטקעווער גאַס נומ׳ 5

פּונקט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן די מיליטער־טיילן פֿון "ווערמאַכט" זיך אַרײַנגעריסן אין ליטע. פֿיר יאָר האָבן דאָרט באַלעבאַטעוועט די נאַציס און נאָך דעם, 45 יאָר — די סאָוועטישע מאַכט. הײַנט איז ליטע אַן אומאָפּהענגיקע, דעמאָקראַטישע מלוכה; אַ גלײַכער מיטגליד אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און אין דעם מיליטערישן אַליאַנץ — "נאַטאָ".

פֿאַר די לעצטע 20 יאָר איז ליטע געוואָרן אַן אַנדער לאַנד, און אַ סך אין איר איצטיקן אויסזען דערמאָנט די אַלטע פֿאַר־מלחמהדיקע צײַטן; אַ סך, נאָר נישט אַלץ. דאָס לאַנד איז נישט מסוגל געווען אומצוקערן אירע אַלטע ייִדישע תּושבֿים, די ליטוואַקעס, און די איצטיקע הויפּטשטאָט ווילניוס, וועט מען שוין קיין מאָל נישט רופֿן "ווילנע, ירושלים ד׳ליטא".

פּערזענלעכקײטן
פֿון לעאָניד מאַכליס (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מישע אַלכּסנדראָוויטש

(אַן אויסצוג פֿון דעם ערשטן ביאָגראַפֿישן בוך וועגן מישע אַלכּסנדראָוויטש)

אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן לעבן אין ישׂראל נאָך דער עליה, האָבן די זשורנאַליסטן, גיריק צו אַ פּאָליטישער סענסאַציע, זיך ממש אײַנגעקלאַמערט אין אַלכּסנדראָוויטשן ער זאָל זיי פּרטימדיק דערציילן וועגן זײַן "דיסידענטישער אַקטיווקייט", דאָס הייסט, ווי ער האָט געפֿירט זײַן העלדישן קאַמף קעגן דער קאָמוניסטישער מאַכט. אַלכּסנדראָוויטש, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט די אַלע אויפֿגעבלאָזענע מעשׂיות אַרום זײַן פּערזאָן, האָט זיי געענטפֿערט מיט אַ וויץ וועגן אַ שיף, וואָס איז געטראָפֿן אין אַ שטורעם. מיט אַ כוואַליע איז אָפּגעווישט געוואָרן פֿון דער דעק אַ פֿרוי און קיינער פֿון די פּאַסאַזשירן און מאַטראָסן האָט נישט געוואַגט זיך צו וואַרפֿן אין ים אַרײַן צו ראַטעווען די פֿרוי. און פּלוצעם איז איינער אַ מאַנספּאַרשוין אַראָפּגעשפּרונגען אין וואַסער. די פֿרוי, וואָס אַלע האָבן שוין געהאַלטן, אַז ס׳איז געקומען איר סוף, האָט זיך אָנגעכאַפּט אינעם דרייסטן רעטער. עמעצער האָט זיי אַראָפּגעוואָרפֿן אַ ראַטיר־רינג, און ווען מ׳האָט זיי סוף־כּל־סוף אַרויפֿגעשלעפּט אויף דער שיף, האָבן אַלע דערזען, ווער דער דאָזיקער מאַנספּאַרשוין איז. און געווען איז עס אַ דאַרער, אַ קליינטשיקער ייִד, ווײַט נישט קיין גיבור; אַ פֿאַרפֿרוירענער האָט ער געציטערט און זיך אומגעקוקט, זוכנדיק עמעצן מיט די אויגן.

פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע ליביער אויפֿשטענדלער פּראַווען אַ נצחון אויף אַ צעשטערטן טאַנק פֿון די פּראָ־קאַדאַפֿי־כּוחות, אינעם סטראַטעגישן נאַפֿט־שטעטל, אַדזשדאַביִאַ, פֿאַראַכטאָגן שבת

אויפֿן פֿערטן טאָג נאָכן אָנהייבן די מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן מואַמאַר קאַדאַפֿי אין ליביע האָט די ענגלישע צײַטונג The Times פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל פֿונעם אויסערן־מיניסטער וויליאַם הייג, וווּ ער שרײַבט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט איז ניטאָ און קאָן נישט זײַן קיין אָרט פֿאַר טיראַנען! ריכטיק, אָבער וואָס שטייט רעאַל הינטער דער שיינער רעטאָריק?

פֿאַרשטייט זיך, צו פּרוּוון באַרעכטיקן די באַטייליקונג פֿון ענגלאַנד אין דער מיליטערישער אָפּעראַציע און, קודם־כּל, אין די אויגן פֿונעם אייגענעם פֿאָלק, וואָס איז ווײַט נישט אַנטציקט מיט אָט דעם באַשלוס (לויטן אויספֿרעג, שטיצן דעם פּרעמיער קאַמעראָן בלויז 30% פֿון דער באַפֿעלקערונג). צוריק גערעדט, האָבן די פּשוטע בירגער מורא, אַז די מעשׂים אין ליביע וועלן זיך אויסלאָזן אין אַ פֿאַרשלעפּטער בלוטיקער מלחמה, ווי ס׳איז געשען אין איראַק אָדער אַפֿגאַניסטאַן. דעריבער איז דאָס וואָרט "אַוואַנטורע" הײַנט זייער פֿאַרשפּרייט אין דער ענגלישער פּרעסע, ווען עס גייט אַ רייד וועגן דעם ווי אײַליק האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אָנגענומען די רעזאָלוציע נומ׳ 1973 "צו פֿאַרטיידיקן די פֿרידלעכע ליביער און אײַנשטעלן איבערן לאַנד אַ "פֿלילאָזע זאָנע".

חורבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עטלעכע טעג נאָך דער באַפֿרײַונג פֿונעם לאַגער אין אוישוויץ, פֿרייען זיך נאָך די קאַצעטלער, פֿעברואַר 1945

בײַ נאַכט, פֿון 26סטן אויפֿן 27סטן יאַנואַר 1945 האָט דאָס סאָוועטישע מיליטער באַפֿרײַט דעם נאַצישן קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ — אַן אָרט אין דער וועלט, וווּ במשך פֿון קנאַפּע 6 יאָר זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 1 מיליאָן 100 טויזנט ייִדן, 140 טויזנט פּאָליאַקן, 22 טויזנט ציגײַנער, 12 טויזנט רוסן, 25 טויזנט מענטשן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן.


מײַן נומער איז B־8259, איך בין געבראַכט געוואָרן קיין אוישוויץ פֿון לאָדזש, ריכטיקער, פֿון דער לאָדזשער געטאָ אין דער פֿרי דעם 30סטן אויגוסט 1944...

עס דערציילט דער געוועזענער קאַצעטלער מיכאל טשעטשינסקי, געברוין אין 1924.

ווינטער־צײַט פֿלעגן מיר פֿאָרן צו באָבע־זיידן אין דרום־מיזרח־דײַטשלאַנד. איך האָב זיך געפֿרייט, ווײַל די בערג לעבן דער קליינער שטאָט ציטאַו זײַנען געוויינטלעך באַדעקט מיט אַ שיינער שניי־קאָלדערע. מע קען פֿאָרן אין די בערג, אַריבער דער גרענעץ קיין פּוילן אָדער טרעפֿן אויף דער טשעכישער זײַט און הערן אַ פֿרעמד לשון. די באָבע האָט דערציילט, אַז אַ טייל פֿון דער משפּחה האָט אין די פֿריִערדיקע יאָרן געוווינט ניט ווײַט און גערעדט טשעכיש. פֿון דעם צד האָבן מיר עטלעכע אײַנבינדערס, וואָס פֿון דאָרטן נעמט זיך דער משפּחה־נאָמען פֿון מײַן באָבען, וואָס געפֿעלט מיר זייער — קניזשקאַ. "קניזשקאַ" נעמט זיך פֿונעם רוסישן וואָרט "קניגאַ" און באַצייכנט אַ ביכל. אין דעם זינען שטימט עס מיט מײַן משפּחה־טראַדיציע — איך האָב אין דער היים אַ היפּשע ביבליאָטעק.

פּובליציסטיק
פֿון פּעטער גאָרענפֿלאָס (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נישט פּלאַפּלען!

ווי באַוווּסט, איז אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד נישט געווען ניט קיין דעמאָקראַטיע און ניט קיין פֿרײַהייט פֿון מיינונגען. ווער ס׳פֿלעג נאָר וואַגן צו קריטיקירן די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אָדער בכלל צו דערקלערן אויף אַ קול זײַן אייגענעם קוקווינקל, האָט ריזיקירט מיט זײַן קאַריערע און נישט זעלטן אויך מיט זײַן פֿרײַהייט. צווישן די ביכער, וואָס ס׳איז כּדאַי צו לייענען וועגן דער אַזוי גערופֿענער "סאָוועטישער דעמאָקראַטיע" פֿאַר ייִדן, וואָלט איך אָנגערופֿן אַרנאָ לוסטיגערס בוך "דאָס רויטע בוך: סטאַלין און ייִדן". אָנהייב פֿאָריקן יאָרהונדערט, זײַנען אַ סך ייִדן געוואָרן מיטגלידער פֿון "בונד". אַ היפּשער טייל פֿון זיי איז נאָך דער רעוואָלוציע אַריבער צו די באָלשעוויקעס, מחמת לענין האָט דערקלערט אַ מלחמה דעם אַנטיסעמיטיזם.

ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וולאַדימיר פּאָרודאָמינסקי

וולאַדימיר פּאָרודאָמינסקי איז שוין נישט קיין יונגער מענטש (געבוירן אין 1928, אין מאָסקווע), און גאָר אַ באַשיידענער, וואָס האָט געמאַכט אים — אַ פּאָפּולערער שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד — שוין גיכער אַן אויסנאַם אין דער חבֿרה שרײַבער פֿון יענע צײַטן. זײַן פֿאָטער, אַ באַקאַנטער דאָקטער־גענעקאָלאָג אין מאָסקווע, האָט באַוואָרנט זײַן זון אויף לאַנגע יאָר צו פֿירן אַ זאַט, רויִק לעבן און נישט וויסן פֿון קיין נויט און שווערער האָרעוואַניע.

פֿאַרשײדנס
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג יוריעוו

אין דײַטשלאַנד קאָן מען הײַנט טרעפֿן אַ וועלט מיט רוסישע שרײַבער־אימיגראַנטן (לויט אייניקע קוואַלן — אַרום 160 שרײַבער). וועגן אייניקע פֿון זיי, מער באַוווּסטע, געקומען מיט דער דריטער עמיגראַציע־כוואַליע, האָב איך שוין דערציילט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". הײַנט גיי איך אײַך באַקענען מיט אַ שרײַבער, וואָס נישט געקוקט אויף זײַנע מעסיקע טאַלאַנטן, איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין די ליטעראַרישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד. איך מיין דאָ, אָלעג יוריעוו.

ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאָיסיי פֿישביין

מיט אַ היפּשער צײַט צוריק, פּונקט דעמאָלט, ווען ס'איז זיך צעפֿאַלן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן, זײַנען אויפֿגעקומען נײַע אומאָפּהענגיקע מלוכות, איז אין אַ טאָג צו מיר צוגעקומען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנצויזישער ליטעראַטור און געשטעלט מיר אַן אומגעוויינטלעכע פֿראַגע. אַליין אַ געוועזענער עמיגראַנט פֿון ליטע, האָב איך דעמאָלט געאַרבעט אינעם זשענעווער אוניווערסיטעט. "איך האָב ערשט אַנטדענקט אויף דער מאַפּע פֿון אייראָפּע אַ נײַ לאַנד, וואָס ביז אַהער האָב איך וועגן דעם נישט געהערט, עס הייסט אוקראַיִנע — האָט מיר מיטגעטיילט דער פּראָפֿעסאָר, — אפֿשר ווייסט איר: אוקראַיִנע האָט עפּעס באַקאַנטע נאַציאָנאַלע שרײַבער, פּאָעטן?"